בעת דער ייִדישער אַקטיאָר, אילן קוויטקען, טרעט אויס אויף דער בינע אין דער אוניפֿאָרם פֿון דעם זויערלעכן און סאַרקאַסטישן קעלנער „סטאַנלי“, אינעם ייִדישן נוסח פֿון „טויט פֿון אַ סיילסמאַן“, האָט קיינער אין דעם עולם מסתּמא נישט געוווּסט, אַז פֿריִער האָט ער זיך פֿאַרשטעלט מיט גרויסער חצלחה אַזעלכע פֿרויען ווי דזשאָון ריווערס און דזשודי גאַרלאַנד.
מיט צוויי יאָר צוריק האָט אילן געמאַכט אַ קורצן ביאָגראַפֿישן דאָקומענטאַר אין שותּפֿות מיט דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָרין נצל טל. אין דעם דאָזיקן פֿילם, מיטן פּאַסיקן טיטל, It Takes Balls (עס פֿאָדערט חוצפּה), דערציילט ער וועגן זײַנע שווערע איבערלעבונגען ווי אַ האָמאָסעקסועלער מאַן, וואָס האָט פֿון קינדווײַז אָן ליב געהאַט זיך צו פֿאַרשטעלן ווי אַ פֿרוי.
It Takes Balls from Big Apple Film Festival on Vimeo.
„דער ציל פֿון דעם פּראָיעקט“, דערקלערט אילן אין אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס“, „איז געווען צו ווײַזן דעם צוקוקער אַ מענטש, מײַן ווייניקײט, וואָס האָט קיינמאָל נישט אויפֿגעגעבן, כאָטש פֿון אַלעמען, סײַ אין דער געזעלשאַפֿט בכלל, סײַ אין דער היים בפֿרט, האָט ער געהערט ׳ניין׳”.
אילן, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין שטאַט ניו־יאָרק אין די 1970ער יאָרן, באַשרײַבט די געזעלשאַפֿט ווי זייער אַן אונטערגעדריקטע. „ס׳רובֿ מענטשן האָט נישט גערעדט וועגן ׳פֿריילעכקײט׳, ווײַל ס׳איז אין אַ גרויסער מאָס געווען אונטער אַ טאַבו“. צוליב דעם מצבֿ איז עס געווען באַזונדערס שווער פֿאַר אים אין דער היים: „ס׳איז נישט געווען קיין שלום־בית, איבערהויפּט צוליב מײַן ברוטאַלן טאַטן, וואָס האָט נישט געוואָלט, אַז זײַן זון זאָל זיך אויפֿפֿירן ווײַבלעך. האָט ער דערפֿאַר מיך געסטראַשעט, אי פֿיזיש, אי גײַסטיק, און אַזוי שווער, אַז הײַנט־צו־טאָג וואָלט מען אים זיכער אַרעסטירט“.
אילן באַטאָנט, אָבער, אַז ער האָט געקענט זיך אַנטקעגנשטעלן יענע שוועריקײטן צילוב צוויי זאַכן: זײַן עקשנותדיקע נאַטור און זײַן פֿעלדזנשטאַרקן לעבנס־מאָטאָ. „דאָס וואָרט ׳ניין׳ באַטראַכט איך נישט ווי קיין ענטפֿער — ס׳איז, פֿאַרקערט, אַ רעאַקציע. דאָס האָב איך אַלע מאָל געהאַלטן אין זינען און זיך באַמיט נישט צו נעמען צום האַרצן“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.