אין רוסלאַנד האָט מען די ערשטע צוויי טעג פֿונעם חודש נאָוועמבער געטרויערט נאָך די אומגעקומענע אין דער אַוויאַ־קאַטאַסטראָפֿע. שבת האָט אין סיני געקראַכט אַ רוסלענדישער אַעראָפּלאַן, וואָס איז געפֿלויגן פֿון שאַרם אַל־שייך קיין סאַנקט־פּעטערבורג. מע רעכנט, אַז די קאַטאַסטראָפֿע איז פֿאָרגעקומען צוליב דעם שלעכטן טעכנישן צושטאַנד. אינעם אַעראָפּלאַן זענען געווען 224 מענטשן, בתוכם 17 קינדער. אַלע זענען אומגעקומען.
די ביידע ייִׅדישע קהילות פֿון רוסלאַנד האָבן אַרויסגעברענגט זייער מיטלײַד צו די קרובֿים פֿון די אומגעקומענע און פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ווענדונג צו אַ ברייטערן עולם, רופֿנדיק צו דאַווענען און זאָגן תּהילים לזכר די אומגעקומענע. דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, בנימין נתניהו האָט דערמאָנט די קאַטאַסטראָפֿע אין זײַן רעדע אויף דער זיצונג פֿון דער רעגירונג, און האָט געשיקט ווערטער פֿון מיטלײַד אַלעמען, ווער ס׳איז פֿאַרבונדן מיט דער טראַגעדיע.
צווישן די אומגעקומענע זענען געווען אויך מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה אין סאַנקט־פּעטערבורג און זייערע קרובֿים. אומגעקומען איז אויך אַ טוערין פֿון דער ייִׅדישער יוגנט־באַפֿעלקערונג, אַנאַ טישינסקאַיאַ. זי איז געווען די פּראָגראַם־דירעקטאָרין פֿונעם פּעטערבורגער „הילל‟.
צו די אַנדערע נײַעס. אין מאָסקווער האָטעל „מערקור‟ איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ געשעפֿטס־פֿאָרום „ישׂראל־רוסלאַנד־2015‟, וואָס אין אים האָבן אָנטייל גענומען פֿאַרטרעטער אי פֿון געשעפֿטן, אי פֿון דער מלוכה פֿון ביידע לענדער. צווישן די בכּבֿודיקע געסט פֿונעם פֿאָרום איז געווען דער ישׂראלדיקער אַבסאָרבציע־מיניסטער זאבֿ עלקין. דער ציל פֿונעם פֿאָרום איז צו אַנטוויקלען די מיטאַרבעט צווישן די קאָמפּאַניעס פֿון ביידע לענדער, ווי אויך צווישן דער ישׂראלדיקער געשעפֿטלעכער וועלט און דער רוסלענדישער מלוכה, און צוציִען די ישׂראלדיקע אינוועסטאָרן קיין רוסלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.