‫דער צוצי־כּוח פֿון פֿיזישע ביכער‬

The Allure of Physical Books

די אונטערנעמונג „צעראַבעװעט די פּאָליצעס“ בײַם „ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער“
Adam Soclof/Twitter
די אונטערנעמונג „צעראַבעװעט די פּאָליצעס“ בײַם „ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער“

פֿון איציק בלימאַן

Published November 05, 2015, issue of November 27, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

איך בין אָנגעקומען אין „ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער“ פּונקט צו דער צײַט און זיך אַװעקגעשטעלט אין זײער אַ לאַנגער רײ. די װאָס זענען געשטאַנען פֿאַר מיר, זענען געװען, פּונקט װי איך, יונגע ייִדן‬, װאָס האָבן געװאָלט פֿאַרברײטערן זײער פּערזענלעכע ייִדישע ביבליאָטעק‪.‬ דװקא קעגן דעם ייִדישן שטײגער האָט מען געװאַרט מיט געדולד און געשװיגן‪;‬ אַנישט װאָלט איך זיך געפֿילט באַקװעם אױסצופֿרעגן מײַנע „שכנים“ אין דער רײ‪,‬ די אַנדערע ביכער־װערעם‪,‬ װאָס פֿאַר אַ ביכער זײ זוכן און װאָס האָט זײ צוגעצױגן צו דער אונטערנעמונג‪.‬ איך האָב אָבער באַמערקט‪,‬ אַז װײניק מענער האָבן געטראָגן קאַפּלעך‪:‬ אַ סבֿרא‪,‬ אַז דער „קולטורעלער ייִד“ איז נאָך נישט קײן פֿאַרשװוּנדענער טיפּ‪.‬

װען איך בין, סוף־כּל־סוף, אַרײַן בין איך אָנגעפֿאַלן אױף דעם ערשטן טיש, װוּ איך האָב געזען אַ פֿרײַ אָרט זיך אַרײַנצוקװעטשן. ייִדישע קאָכביכער, ראָמאַנען, היסטאָרישע מאָנאָגראַפֿיעס, קינדערביכער, זכרונות… אַלץ װאָס מע װיל, װאָס מע האָט געדרוקט אין די לעצטע פּאָר יאָר, איז געװען צום געפֿינען. אַלע ביכער מיט אַ שײַכות צו ייִדיש האָב איך אַרײַנגעלײגט אין זאַק: עליזאַבעט װײַנבערגס „שײמעס“, סעט ליפּסקיס ביאָגראַפֿיע פֿון אַב. קאַהאַן, דזשאָרדין פֿינקינס „אַ רעטאָרישער שמועס“ װעגן סטיליסטיק אין דער ייִדישער ליטעראַטור. איך האָב זיך אונטערגעהערט, אַז פֿאַניע לעװאַנדאָס „װילנער װעגעטאַריש קאָכבוך“ (איבערגעזעצט פֿון איװ יאַכנאָװיץ) איז אױך געװען, אָבער װײַזט אױס, מע האָט שױן צוגענומען אַלע עקזעמפּלאַרן. אַ קיצור, די פֿופֿצן דאָלאַר װאָס איך האָב באַצאָלט, איז געװען װערט די אַלע זאַכן, װעלכע כ׳האָב געבראַכט אַהײם‪.‬

‫די אונטערנעמונג האָט אין מיר אָבער אַרױסגערופֿן ספֿקות װעגן דער הײַנטיקער לײענערשאַפֿט. ערשטנס, צי אינטערעסירן זיך אַלע יונגע־לײַט מיט פֿיזישע ביכער, אָדער נאָר די ייִדן? אױב נאָר ייִדן, איז פֿאַר װאָס? אין אונדזערע קרײַזן איז דאָך אַ גרױסער סימבאָל פֿון סטאַטוס, װיפֿל ייִדישע ביכער מע האָט אױף די פּאָליצעס אין דער הײם — נישט נאָר די הײליקע ספֿרים, נאָר אױך די מער אַלגעמײנע ייִדישע ביכער. װער װײסט צי מע װעט די „צוגעגנבֿעטע ביכער“ אַפֿילו לײענען?‬ צװײטנס‪,‬ עס האָט געהערשט אױף דער אונטערנעמונג אַן אַטמאָספֿער פֿון קאָנקורענץ‪,‬ װײַל װער װײסט, װאָס פֿאַר אַן אָפּקלײַב װעט זײַן אין אַ דרײַסיק סעקונדעס אַרום‪?‬ האָט מען געמוזט אָפּשאַצן די ביכער „לױטן שער־בלאַט“‪,‬ ד״ה‪,‬ סתּם גענומען די ביכער מיט שײנע הילעס און צוציִענדיקע טיטלען‪.‬ װי באַװוּסט, איז דאָס נישט קײן גוטער אופֿן צו מעסטן די קװאַליטעט פֿון אַ בוך‪.‬ אָבער מער װי אַלץ בין איך אַװעק פֿון דאָרטן מיטן רושם‪,‬ אַז‫ ס‘איז דאָ אַ צוקונפֿט פֿאַרן געדרוקטן בוך, בפֿרט בײַ ייִדן. יונגע־לײַט לײענען נאָך אַלץ פֿיזישע ביכער און זענען אַפֿילו גרײט צו פֿאָרן און באַצאָלן פֿאַר זײ. ‬ס‘איז נישט קלאָר אָבער װי לאַנג דאָס װעט אָנגייען‪.‬