ביטערע מחשבֿות אין אַ רעגן

Bitter Thoughts During a Rainstorm

Getty Images

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published November 11, 2015, issue of November 27, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

די אַראַבישע לענדער מאַכן ניט קיין סוד זײער ציל; נאָך דעם, װי די „יונעסקאָ‟־אָרגאַניזאַציע האָט באַשלאָסן, אַז מערת־המכפּלה איז ניט קײן חלק פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער ירושה, װערט גאַנץ קלאָר, אַז די ייִדן האָבן אױך ניט קײן שום שײַכות צו אַבֿרהם־אָבֿינו, יצחק און יעקבֿ, נאָר דאָס האָבן די „ייִדן־גנבֿים‟ צוגעלקחנט בײַ די „אָרעמע אַראַבער‟ דרײַ זײערע אָבֿות: איבראַהים, איסכאַק און יאַקוב. אָט אַזאַ אײנפֿאַכע „װיסנשאַפֿטלעכע טעאָריע‟… נאָך אַזעלכע ממזרישע שטיקלעך װעל איך זיך בכלל ניט חידושן, אױב „יונעסקאָ‟ װעט באַשטימען, אַז די ייִדן האָבן צוגעגנבֿעט בײַ די מוסולמענער דעם „קאָראַן‟, װײַל װאָס נאָך פֿאַר חטאָים קען מען צושרײַבן די ייִדן — דאָס בלוט פֿון די פּאַלעסטינער קינדער צאַפּן זײ עמערװײַז, און די „בראַװע איזיל־קעמפֿער‟ פֿאַרטיליקן זײ שטילערהײט, נאָר װי אַ טשיריק אױפֿן הינטן.

מילא, די פֿאַטנאַזיע פֿון די שׂונאי־ישׂראל האָט ניט קײן גרענעץ, אָבער, אױב עמעצער פֿון די ניט־ניכטערע „יונעסקאָ‟־פּראָפּאַגאַנדיסטן קוקט אַ מאָל אַרײַן אין „פֿאָרװערטס‟, װיל איך זײ אונטערזאָגן אַ „תּירוץ מיט אַ באָרד‟, אַ דאַנק װעלכן מ׳האָט אין יאָר 1504 אַרױסגעשמיסן די ייִדישע קהילה פֿון דער זאַקסישער שטאָט צװיקױ און, ס׳פֿאַרשטײט זיך, קאָנפֿיסקירט זײער האָב־און־גוטס. אין יענע צײַטן איז אין דער שטאָט צװיקױ געװען אַ שײנע גאַס, װאָס האָט געהײסן „ייִדישע גאַס‟, און אױף דער־אָ גאַס האָבן געװױנט נאָר ייִדן, און ניט סתּם ייִדן; נאָר ייִדן, װעלכע האָבן געהאַט די אַזױ גערופֿענע שטאָט־בירגערשאַפֿט. אין מיטן דער גאַס איז געװען אַ גרױסע, שײנע שיל. אין אײנעם „אַ שײנעם טאָג‟ איז די שטײנערנע שיל פֿאַרברענט געװאָרן, און מיט איר צוזאַמען נאָך אַ פּאָר ייִדישע הײַזער. מע האָט גלײַך גערופֿן אַ זיצונג פֿונעם שטאָטראַט, אַ מין פּראָטאָטיפּ פֿון הײַנטיקן „יונעסקאָ‟ און מע האָט באַשלאָסן:

  1. די ייִדן אַלײן האָבן אונטערגעצונדן זײער שיל.
  2. די ייִדן האָבן ספּעציעל אױסגעקליבן אַ װינטיקן טאָג, און די כּװנה דערױף איז געװען אומצוברענגען אַ שטאָט מיט קריסטן.
  3. די ייִדן װערן פֿאַרטריבן פֿון צװיקױ, און מוזן פֿאַרלאָזן די שטאָט אין משך פֿון אַ מעת־לעת.
  4. זײער האָב־און־גוטס װערט איבערגעגעבן דעם שטאָטראַט.

נו, „יונעסקאָ‟־קנאַקערס, װאָס זאָגט איר אױף אַזאַ פֿאָרשלאָג? אַ מחיה, יאָ?… סטײַטש, גיט בײַ מיר עפּעס אַ טיאָכקע אין האַרצן, סטײַטש, ניט אַלע מענטשן זײַנען דאָך פֿאַרטשאַדעט… װער װעט גלײבן אין אַזאַ מין „ליגן־און־שיקרות‟? הע, ענטפֿערט מיר דער „יונעסקאָ‟־פּערסאָנאַזש, אױך אין צװיקױ זײַנען דאָך פֿאַרברענט געװאָרן נאָר די ייִדישע הײַזער, קײן אײן קריסטלעכע שטוב האָט דאָך ניט געליטן פֿון יענער שׂריפֿה… די שטאָט שטײט אױפֿן אָרט ביזן הײַנטיקן טאָג און װוּ זײַנען אירע ייִדן?… אַך, צי װעלן מיר, ייִדן, דערלעבן ביז יענע צײַטן, ביז יענעם רעגנדיקן מרחשװן, װען דאָס װאָרט „מר‟ — ביטער, װעלן מיר קענען פֿאַרטײַטשן װי „מר‟ — אדון?…