דער ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין וואַרשע האָט באַקומען אַ זעלטענעם אוצר: אַ בינטל בריוו, געשיקט קיין אויסלאַנד פֿון דער וואַרשעווער געטאָ. דאָס רובֿ בריוו האָט באַקומען תּמרה דויטשער, וואָס איז געשטאָרבן אין ענגלאַנד אין יאָר 1990 אין עלטער פֿון 77 יאָר. דעם קאָנטאַקט מיט איר משפּחה, וואָס האָט זיך געפֿונען אין דער וואַרשעווער געטאָ, האָט זי דערהאַלטן דורך פּאָרטוגאַל. זי האָט געשיקט פּעקלעך מיט סאַרדינעס, שאָקאָלאַד און קאַווע פֿון לאָנדאָן קיין ליסאַבאָן, און פֿון דאָרט זענען זיי געשיקט געוואָרן ווײַטער קיין וואַרשע.
איר מאַמעס משפּחה האָט געשיקט בריוו פֿון דער וואַרשעווער געטאָ צוריק קיין ליסאַבאָן, און פֿון דאָרט האָט מען זיי ווײַטער געשיקט קיין לאָנדאָן. פּאָרטוגאַל איז געווען נייטראַל בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און דערפֿאַר האָבן די דײַטשן נישט פֿאַרווערט די קאָרעספּאָנדענץ צווישן וואַרשע און ליסאַבאָן.
נישט קיין סך ווייסן וועגן דעם, אַז אין דער וואַרשעווער געטאָ האָט די פּאָטשט פֿונקציאָנירט ביזן יאָר 1942. אַגבֿ, די ייִדן האָט מען נישט דערלויבט צו נוצן בריוו און מאַרקעס מיט היטלערס פּאָרטרעט. די דײַטשן האָבן דאָס באַטראַכט ווי אַ פּראָפֿאַנאַציע. די בריוו אין געטאָ האָט מען געקאָנט שרײַבן נאָר אויף דײַטש אָדער פּויליש צוליב דער צענזור.
די ערשטע וואָך פֿון נאָוועמבער קומט אין וואַרשע פֿאָר דער „וואַרשעווער ייִדישער פֿעסטיוואַל‟ — אַ פֿאַרמעסט פֿון אַן ערך 20 פֿילמען אין פֿאַרשיידענע קאַטעגאָריעס.
שבת דעם 7טן נאָוועמבער, למשל, האָט מען געקאָנט זען גאַנצע 7 פֿילמען. דער ערשטער איז געווען אַ פּוילישער דאָקומענטאַר וועגן דעם פֿאַרבאָרגענעם ייִדישן בית-עולם פֿון דער שטאָט ביאַליסטאָק. די ייִדן האָבן געשפּילט אַ געוואַלדיקע ראָלע אין ביאַליסטאָק. סע וואָלט נישט געווען קיין גוזמא צו באַטאָנען, אַז זיי האָבן אויפֿגעבויט די שטאָט. עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז נאָך דעם, וואָס די דײַטשן האָבן געמאַכט אַ סוף צו דעם ייִדישן לעבן אין ביאַליסטאָק בשעת דעם קריג, האָבן די פּאָליאַקן געמאַכט אַ סוף צום זכּרון פֿון די ביאַליסטאָקער ייִדן נאָכן קריג. אין די 1950ער און 1960ער יאָרן האָט די מאַכט באַדעקט די מצבֿות פֿונעם ייִדישן בית-עולם אין מיטן דער שטאָט מיט טאָנען ערד. אויף זײַן אָרט האָט די שטאָט פֿאַרפֿלאַנצט אַ גרויסן גאָרטן מיט ביימער און גראָז — אַ מין ביאַליסטאָקער „צענטראַל־פּאַרק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.