(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אינעם פֿילם דערציילן די עלטערע ביאַליסטאָקער תּושבֿים וועגן די שיינע מצבֿות, וואָס געפֿינען זיך אונטערן פּאַרק. דער פֿילם שטעלט די פֿראַגע, צי עס וואָלט נישט געווען יושרדיק אויסצוגראָבן, מיט דער הילף פֿון אַרכעאָלאָגן, דעם אַלטן ייִדישן בית-עולם, וואָס געפֿינט זיך אונטער דער ערד.
דער צווייטער פֿילם איז באַצייכנט געוואָרן ווי א דראַמאַטישע קאָמעדיע. עס גייט אַ רייד וועגן דעם רוסישן פֿילם „שאַגאַל — מאַלעוויטש‟. דער פֿילם דערציילט וועגן וויטעבסק אין דער צײַט, וווּ די ביידע גרויסע מאָלערס, מאַרק שאַגאַל און קאַזימיר מאַלעוויטש, האָבן געפֿירט אין איינעם אַ קונסט-שול אין די שווערע צײַטן נאָך דער רעוואָלוציע. קונסט און ליבע, מאָרד און שׂינאה, נאַיִווער אידעאַליזם און צינישע לוסט פֿאַר מאַכט זענען די עלעמענטן, וואָס מישן זיך צונויף אין אָט דעם זייער טשיקאַוון פֿילם פֿונעם רוסישן רעזשיסאָר אַלעקסאַנדער מיטאַ.
דער דריטער פֿילם הייסט PICKING UP THE PIECES. ווי באַקאַנט, זענען 90 פּראָצענט פֿון ייִדישע קינדער אונטער דער אָקופּאַציע דערמאָרדעט געוואָרן דורך די דײַטשן. דער פֿילם באַקענט אונדז מיט עטלעכע פֿון די גאָר ווייניק ניצול־געבליבענע קינדער פֿונעם חורבן. זיי דערציילן וועגן דעם שווערן קאַמף, וואָס זיי האָבן געפֿירט קליינערהייט, כּדי צו בלײַבן בײַם לעבן. ווי איינער פֿון די אַמאָליקע קינדער זאָגט: „פֿאַר אונדז איז דער חורבן אַ קרענק, וואָס מיר קענען פֿון איר זיך נישט אויסהיילן ביזן סוף פֿון אונדזער לעבן.‟
נאָך אַ פֿילם, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן חורבן, איז דער פֿראַנצויזישער פֿילם פֿונעם רעזשיסאָר זשאַן זשאַק זילבערמאַן A LA VIE — „לחיים!‟
עס ווערט דערציילט וועגן דרײַ יונגע פֿרויען, ניצול־געבליבענע פֿון אוישוויץ, וואָס טרעפֿן זיך צום ערשטן מאָל נאָך דער מלחמה בײַם ים־ברעג, און פֿאַרברענגען דעם אורלויב אין איינעם. דער פֿילם שטעלט די פֿראַגע, וואָס איז שטאַרקער — די לוסט צום לעבן אָדער די קאָשמאַרן, וואָס זיי ברענגען מיט זיך פֿונעם חורבן.
דעם לעצטן פֿילם, וואָס מיר האָבן געזען שבת, האָט אויך געוווּנען דעם ערשטן פּריז פֿונעם פֿעסטיוואַל. דאָס איז דער פּוילישער פֿילם „כּלי־זמר‟. דער רעזשיסאָר און סצענאַריסט פּיאָטר כזשאַן דערציילט דאָרט וועגן יונגע חבֿרה אין אַ דאָרף, וואָס געפֿינען אין וואַלד אַ פֿאַרוווּנדיקטן ייִד. איין יונגע פֿרוי דערקענט אים אַפֿילו: זי האָט געטאַנצט אויף אַ חתונה, וווּ ער האָט געשפּילט. דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם פֿילם קומט פֿאָר אין יאָר 1943. די יונגע לײַט האָבן פֿאַרשיידענע מיינונגען וואָס שייך דעם ייִד. זאָל מען אים איבערגעבן אין דײַטשישע הענט אָדער אפֿשר ראַטעווען? דער ייִד, הייסט עס, איז געוואָרן אַ מין שפּיגל, וווּ מיר קענען זען די פּוילישע געזעלשאַפֿט מיט אַלע אירע שאַטירונגען.
„דעמאָן‟, „אידאַ‟ און „כּלי־זמר‟ זאָגן עדות, אַז דער חורבן בלײַבט אַ צענטראַלע טעמע פֿאַר יונגע פּוילישע רעזשיסאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.