אויס מאַנצביל

No Longer a Man


פֿון נח באַרעראַ

Published November 18, 2015, issue of December 11, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דער ערשטער, אויף וועמען זי האָט געוואָלט האָבן אַזאַ השפּעה, איז געווען איר טאַטע. איידער עס איז דערשינען איר בלאָג־פּאָסט, האָט זי גערעדט פּערזענלעך מיט אים וועגן איר „איבערגאַנג‟. אינעם שמועס מיט אים האָט זי, בעיקר, געוואָלט אים איבערצײַגן, אַז „טראַנס־מין‟־מענטשן זענען יאָ פֿאַראַן בײַ ייִדן. „כ׳האָב פּרובירט אויף אַן איידעלן, ייִדישן אופֿן, אים צו דערווײַזן, אַז עס עקזיסטירט אין מושׂגים פֿון קבלה און חסידות. כ׳האָב געזאָגט, אַז ‚דאָ‘ און ‚דאָרט‘ רעדן זיי וועגן אַ פֿרויערישער נשמה אין דעם גוף פֿון אַ מאַן‟. הגם איר טאַטע האָט דאָס באַשטעטיקט, האָט ער געטענהט, אַז קיינער איז ניט בכּוח איבערצומאַכן זײַנע אבֿרים, און אַז עס איז נישטאָ קיין וועג צו וויסן, צי עמעצער איז געבוירן געוואָרן מיט זײַן ריכטיקן מין צי נישט.

אויף דער פֿראַגע צי זיי קענען נאָך אַלץ האָבן אַ באַציִונג, האָט אַבי נישט געוואָלט געבן קיין ענטפֿער „אויפֿן אָרט‟, אָבער זי שטעלט זיך פֿאָר, אַז עס איז מעגלעך, אַז דער טאַטע וועט מער נישט רעדן מיט איר.

אַזאַ נעגאַטיווע רעאַקציע פֿון איר טאַטן, פֿאַרשטייט זיך, וועט איר וויי טאָן, ווײַל אַבי וויל באמת זײַן אַ קוואַל פֿון „נחת‟, נישט בלויז פֿאַרן טאַטן, נאָר אויך פֿאַר דער גאַנצער משפּחה. זי האָט דערפֿאַר אויסגעקליבן דעם נאָמען „אַבי‟, וואָס איז קורץ פֿאַר אַבֿיגיל, כּדי אָפּצושפּיגלען אַזאַ וווּנטש. דער נאָמען, וואָס האָט לכתּחילה געהערט צו דעם צווייטן ווײַב פֿון דוד המלך אינעם ספֿר „שמואל‟, איז טײַטש „דעם טאַטנס נחת‟.

אַחוץ איר טאַטן, האָט זי גערעדט מיט מיר וועגן איר געוועזענער ווײַב און איר זון, כאָטש זי האָט, פֿאַרשטייט זיך, נישט געוואָלט איבערגעבן צופֿיל פּרטים. זי זעט איר זון „גאַנץ אָפֿט‟, לויט דעם הסכּם צווישן איר און איר געוועזענער פֿרוי, אָבער נישט געקוקט אויף דעם, האָט אַבי זי נישט געזען, זינט זיי האָבן זיך אָפּגעגט, ווען אַבי איז געוואָרן אַ פֿרײַער. דערפֿאַר ווייסט זי נישט, צי זי איז שוין געווויר געוואָרן וועגן איר „מין־איבערגאַנג‟. כאָטש זי האַלט אין מיטן איר „איבערגאַנג‟, זאָגט זי, אַז די, וואָס האָבן זי שוין געזען, האָבן באַמערקט, אַז עפּעס איז אַנדערש, אָבער זיי האָבן נישט געוווּסט פּינקטלעך וואָס. די פֿראַגע בלײַבט, ווי אַזוי די סיטואַציע וועט זיך אַנטוויקלען, ווען אַלע באַקומען די נײַעס.

איבערהויפּט איז אַבי אָפּטאָמיסטיש וועגן איר צוקונפֿט. זי פֿרייט זיך מיט איר נײַער געזעלשאַפֿט, סײַ אין „קאָלאָמביע‟־אוניווערסיטעט, סײַ אין איר עגאַליטאַרישער שיל, „רוממו‟, ווײַל ס׳זענען פֿאַראַן דאָרט אַ סך אָפֿנהאַרציקע מענטשן און געלעגנהײטן, וואָס מאַכן איר אַדאַפּטאַציע גרינגער. אין די קומענדיקע וואָכן וועט זי פּראַווען אַן „איבערגאַנג‟־צערעמאָניע אין „רוממו‟. די צערעמאָניע וועט זײַן אַ מין בת־מיצווה און שׂימחת־בת, ווען זי וועט באַשטעטיקן איר נײַעם נאָמען „אַבי‟ און זי וועט לייענען פֿון דער תּורה.

אַבי דערציילט וועגן אירע איבערלעבענישן: