סרולי שטײַן האָט זיך געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבֿה, חתונה געהאַט צו 18 יאָר, און אָנגעהויבן צו האָבן קינדער. נישט געקוקט אויף דעם, אָבער, וואָס ער האָט אויסגעזען ווי יעדער נאָרמאַלער חסיד, האָט ער זיך לאַוו־דווקא געפֿילט באַקוועם אין זײַן גוף. אין דער חרדישער קהילה האָט, אַוודאי, קיינער נישט געהאַט קיין אַנונג, אַז סרולי איז געבוירן געוואָרן אין דעם „פֿאַלשן מין‟.
„זינט איך בין געווען 6 יאָר אַלט‟, — האָט אַבי (Abby), וואָס האָט ערשט געביטן דעם געבוירן־נאָמען פֿון „אַבֿרהם‟, איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, — „האָב איך זיך דערוווּסט, אַז עפּעס איז נישט געווען ריכטיק מיט מיר‟.
ממש פֿאַר דעם אינטערוויו, אין די לעצטע 12 שעה, האָט אַבי מודיע געווען, דורך איר בלאָג, וועגן דעם „איבערגאַנג‟ צו ווערן אַ פֿרוי (זע: //thesecondtransition.blogspot.com/2015/11/and-time-has-come-coming-out.html). איך בין ערשט דעמאָלט געזעסן אַנטקעגן איר אין דעם אינטערנאַט — באַקאַנט ווי דער „ביתּ“ — אַ ייִדישער „קאָאָפּ“ פֿאַר סטודענטן פֿון „קאָלאָמביע‟־אוניווערסיטעט און „באַרנאַרד‟, און געקוקט אויף אַ מענטש, וואָס האָט זיך געפֿילט זייער באַקוועם אין איר נײַער סבֿיבֿה.
מיט אַ יאָר צוריק האָט אַבי אָנגעהויבן שטודירן אין „קאָלאָמביע‟־אוניווערסיטעט — גאָר אַ לאַנגער מהלך פֿון דער וויזשניצער ישיבה. ווי זי האָט דערקלערט, איז דער „איבערגאַנג‟ אָנגעקומען שווער, אָבער אַ דאַנק דער הילף פֿון די אַנדערע געוועזענע חסידים און איר אייגענעם ווילן, איז עס געוואָרן אַ דערפֿאָלג.
באַזונדערס אינטערעסאַנט איז, ווי אַזוי זי איז געקומען צום באַשלוס צו פֿאַרלאָזן איר געזעלשאַפֿט, וואָס האָט גאָר אַ טשיקאַוון קנײטש, אין פֿאַרבינדונג מיט איר ביאָלאָגישן מין. אַבי באַשרײַבט די דאָזיקע אַנטפּלעקונג פֿון איר אמתדיקן מין, ווי אַ „שטופּ‟, וואָס האָט זי דערמעגלעכט סײַ אונטערצוזוכן איר קהילה, סײַ צו באַטראַכטן איר אייגענע אידענטיטעט. צווישן די ערגסטע חסרונות, וואָס זי האָט דערנאָך אַנטדעקט וועגן איר קהילה, זענען די עם־הארצות און פֿאַראורטיילן לגבי די ענינים פֿון „טראַנס־מין‟. „די חסידים האָבן עס נישט ליב. דאָס נישט רעדן דערפֿון האָט שווער געטראָפֿן מײַן מאָראַל. ס׳האָט מיך געמאַכט פֿילן אַ סך מער צעבראָכן. איך מיין, אַז ווען איך וואָלט געוווּסט, צו 12 יאָר, אַז דאָס עקסיסטירט, וואָלט עס מיר אַ סך געהאָלפֿן‟.
אַבי באַטאָנט, אַז דער באַגריף פֿון „טראַנס־מין‟ האָט נישט קיין קאָנטעקסט אין דער חרדישער קהילה און אַז ער איז דערפֿאַר זייער אַ וויכטיקע טעמע צו לערנען די חסידים. „איך וויל, אַז מענטשן זאָלן וויסן, אַז עס זענען דאָ אַנדערע חסידים, וואָס פֿילן זיך אַזוי ווי איך‟. אַבי האָט דערמאָנט, אַז אַן ערך 15 נפֿשות פֿון דער חסידישער וועלט האָבן זיך שוין געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט איר, בלויז אינעם ערשטן טאָג, נאָך דעם וואָס זי האָט געשריבן וועגן דעם אויף איר בלאָג, ווײַל זיי געפֿינען זיך אין אַן ענלעכן מצבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.