נאָך דער אַנומלטיקער כוואַליע בלוטיקע טעראָריסטישע אַקטן אין פּאַריז האָבן אויף דער וועלט מיט אַ נײַעם כּוח אויפֿגעפֿלאַקערט פֿאַרשיידענע דיסקוסיעס וועגן איסלאַם. די טראַדיציאָנעלע מוסולמענער מכּל־המינים האָבן דערקלערט, אַז די משוגענע יחידים, וואָס פֿאַרטיידיקן און פֿירן דורך אַזעלכע אַקציעס, זענען סכּנותדיקע אַפּיקורסים און נישט קיין אמתע מוסולמענער; אַ טייל פֿאַרדאַמער פֿון „אײַסיס‟, זײַענדיק אַליין פֿונדאַמענטאַליסטיש געשטימט, ציטירן דעם קלאַסישן מוסולמענישן דענקער אַבו־כאַמיד אַל־גאַזאַלי, וועלכער האָט געלעבט אינעם 11טן־12טן יאָרהונדערט.
פֿון דער אַנדערער זײַט, טענהן אַל־גאַזאַליס קריטיקער, אַז דער דאָזיקער פֿילאָסאָף האָט אויסגעאַרבעט אַן אומראַציאָנעלע שיטה, צוליב וועלכער די מיטל־עלטערלעכע מוסולמענישע וויסנשאַפֿט און טאָלעראַנץ איז אונטערגעגאַנגען, און עס האָבן זיך צעבליט פֿאַנאַטישע טענדענצן. צום בײַשפּיל, האָט ראָבערט ספּענסער, אַ פֿאַרביסענער אַמעריקאַנער אַנטי־מוסולמענישער שרײַבער, פֿאַרעפֿנטלעכט אין אויגוסט אַן אַרטיקל, וווּ אַל־גאַזאַלי ווערט געשילדערט ווי אַ שׂונא פֿון שׂכל און לאָגיק.
להיפּוך, האָט דער זשורנאַל „עקאָנאָמיסט‟ פּובליקירט אין אַפּריל אַ מער באַלאַנסירטן אַנאַליטישן אַרטיקל וועגן אַל־גאַזאַליס היסטאָרישער ירושה, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז צו באַשולדיקן אים אין שײַכות מיטן הײַנטיקן טעראָריזם איז פּונקט אַזוי נאַריש, ווי צו באַטראַכטן דעם באַרימטן דײַטשישן דענקער פֿרידריך ניטשע ווי אַ גרינדער פֿון נאַציזם. דערצו, האָט דער דאָזיקער פֿילאָסאָף משפּיע געווען אויף טאָמאַס אַקווינאַס און אַנדערע גרויסע קריסטלעכע דענקער.
וואָס שייך ניטשע, האָט ער אַליין שאַרף קריטיקירט נאַציאָנאַליזם און אַנטיסעמיטיזם. הגם די נאַציס האָבן פֿאַרוואַנדלט זײַן קאָנצעפּציע פֿונעם „אויבערמענטש‟ אין אַ פּאָפּולערן פֿאַשיסטישן סימבאָל, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז ניטשע האָט אויך שטאַרק משפּיע געווען אויף אַזעלכע ייִדישע דענקער, ווי הלל צייטלין און מאַרטין בובער, וועלכע האָבן שטודירט זײַן פֿילאָסאָפֿיע ערנסט און סיסטעמאַטיש.
אָן אַ שיִער גרעסער איז געווען אַל־גאַזאַליס ראָלע אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט, וואָס באַטראַכט אים דווקא ווי אַ גוטן און כּשרן דענקער. אַדרבה, עס קאָן זײַן, אַז אַל־גאַזאַלי ממשותדיק משפּיע געווען, דורך זײַנע מיטל־עלטערלעכע ייִדישע נאָכפֿאָלגער, אויף דער הײַנטיקער חרדישער באַוועגונג, וואָס באַציט זיך מיט אַ חשד צו פֿילאָסאָפֿיע און פֿאָקוסירט זיך אויף דער הלכה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.