צו װעמען געהערט די ייִדישע ליטעראַטור? צו דעם ייִדישן פֿאָלק אָדער צו דעם שרײַבערס הײמלאַנד? איז, למשל, לײב נײַדוס, װאָס זײַן 125סטן יובֿל װאָלט מען געדאַרפֿט אָפּמערקן הײַיאָר, אַ ייִדישער אָדער אַ װײַסרוסישער שרײַבער? עס דאַכט זיך, אַז דאָס אײנציקע אָרט, װוּ מען געדענקט דעם דאָזיקן פֿײַנעם דיכטער הײַנט, איז זײַן הײמשטאָט גראָדנע. די גראָדנער קולטורעלע עפֿנטלעכקײט האָט געפּועלט, אַז די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע זאָל צוטיילן נײַדוסעס נאָמען צו אײנער פֿון די גאַסן. פֿאַר זײַן יובֿל האָט די גראָדנער ליטעראַטור־פֿאָרשערין אַלאַ פּעטרושקעװיטש פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אױף דער װעבזײַט פֿון דער װײַסרוסישער רעדאַקציע פֿון דעם ראַדיאָ „ליבערטי‟. דאָס אַלץ האָט אַ קלאָרן פּאָליטישן באַטײַט: דער אינטערעס צו אַ ייִדישן דיכטער איז אַ טײל פֿון דער װײַסרוסישער קולטורעלער אױפֿלעבונג; אָבער לײענען לײענט מען אין גראָדנע די ווערק פֿון נײַדוס אין דער פּױלישער איבערזעצונג, און לכאורה האָט די קלײנע ייִדישע קהילה אַ קנאַפּן אינטערעס אין זײער גרעסטן ייִדישן דיכטער.
נײַדוס איז געװען אײנער פֿון די סאַמע װיכטיקסטע נאָװאַטאָרן אין דער ייִדישער דיכטונג. ער האָט אַרײַנגעבראַכט נײַע פּאָעטישע פֿאָרמעס, מאָסן און ריטמען. זײַנע חידושים זײַנען געװען ניט נאָר פֿאָרמעלע, נאָר אױך תּוכיקע. ער האָט געשאַפֿן אַ נײַע לירישע שטים, װאָס איז אײנצײַטיק אי ייִדיש, אי אַלװעלטלעך, און דערבײַ אױך טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער אָרטיקער לאַנדשאַפֿט: „כ׳האָב ליב די זאַמד־פֿעלדער פֿון ליטע און זאַמוט, / די אַלטע, פֿרומע, מאָכיקע שטײנער בײַם װעג, / די לאָנקעס מיט זײער באַשײדענעם גרינעם סאַמעט, / װערבעס, װי גזירות, בײַ דעם סאַדזעװקעס ברעג.‟
אין די דאָזיקע שורות שפּירט מען די מעלאַנכאָלישע שטימונג, מיט װעלכער עס זײַנען דורכגעדרונגען דאָס רובֿ לידער זײַנע. דערבײַ איז נײַדוס זײער פּינקטלעך אין יעדן פּרט. דער אָרטיקער קאָלאָריט װערט באַטעמט מיט לאָקאַליזמען, װי דאָס װײַסרוסישע װאָרט „סאַדזעװקע‟ (סאַזשלקע, אַ קלײנע אָזערע, װוּ מע האָדעװען פֿיש). און גלײַך מאַכט דער דיכטער אַ פֿאַרגלײַך צװישן װערבעס און גזירות, װאָס װאַרפֿט אַ מעטאַפֿאָרישן שאָטן אױף דעם גאַנצן ליד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.