(די 2 טע זײַט פֿון 2)
נײַדוסעס באַליבטע טאָגצײַט איז אָװנט, װאָס ער שילדערט װידער און װידער אַ מאָל מיט נײַע פֿאַרבן און ריטמען: „אין דעם שאָטנדיקן שימער פֿון מײַן שמאָלן אָװנט־צימער‟; „דער טאָג איז אַ מידער צו אָװנט געגאַנגען‟; „ס׳װערן טונקעלער די בלעטער‟. דער סוף־טאָגיקער מאָמענט װערט מעטאַפֿאָריש איבערגעפֿלאָכטן מיטן טױט־מאָטיװ: „איך װאָלט שטאַרבן געװאָלט אין אַ גאָרטן בײַנאַכט / צװישן שטילקײט און רו.‟ די מעלאַנכאָלישע שטימונג פֿון נײַדוסעס לידער שטײט אין אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט מיט זײַן אַקטיװער שעפֿערישער טעטיקײט. אין די סאַמע שװערע און ביטערע יאָרן פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה איז ער אַ סך אַרומגעפֿאָרן איבער די שטעט און שטעטלעך פֿון דער װילנער און גראָדנער געגנט, װוּ ער האָט פֿאָרגעלײענט זײַנע לידער. זײַן עולם איז געװען די ייִדישע יוגנט, װאָס האָט דערהערט אין זײַנע לידער אַן אָפּקלאַנג פֿון זײער אײגענעם אומעט און בענקעניש נאָך ליבע און גליק.
נײַדוסעס פּערזאָן האָט געהאַט אַן אַריסטאָקראַטישן אַװיר. ער איז אױפֿגעװאַקסן אינעם מאַיאָנטעק קוסטין, הײַנט בײַ דער סאַמע פּױליש־װײַסרוסישער גרענעץ, װאָס זײַן טאַטע האָט געהאַלטן אױף אַרענדע בײַ אַן אָרטיקן באַאַמטן. לכתּחילה האָט נײַדוס געפּרוּװט שרײַבן לידער אױף פּױליש, רוסיש און העברעיִש, אָבער סוף־כּל־סוף האָט ער אױסגעקליבן ייִדיש. אַ היפּשע השפּעה אױף זײַן דיכטערישן סטיל האָבן געהאַט די דײַטשישע, פֿראַנצױזישע און רוסישע דיכטער, װאָס ער האָט אױך איבערגעזעצט אױף ייִדיש.
װעגן דער פּאָפּולערקײט פֿון נײַדוסעס דיכטונג בשעתו זאָגן עדות עטלעכע אױפֿלאַגעס, װאָס זײַנען אַרױס נאָך זײַן פֿריצײַטיקן טױט אין 1918. אָבער דער ענין פֿון זײַן דױערנדיקער השפּעה אױף דער ייִדישער דיכטונג איז מער קאָמפּליצירט. די דיכטער, װאָס זײַנען געקומען נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, האָבן שױן ניט געװאָלט קולטיװירן דעם עלעגיש־מעלאַנכאָלישן, דעקאַדענטישן טאָן פֿון נײַדוסעס װירטואָזישער פּאָעזיע. זײ און זײערע לײענער האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן פֿון דער מלחמה און דער רעװאָלוציע, און איצט האָבן זיי געזוכט זײער אָרט אין דער נײַער פּאָליטישער סיסטעם. אין אַ געװיסן זין האָבן זײ געפֿירט אַ מין פּאָעטישן סיכסוך מיט נײַדוס.
גאַנץ בולט האָט זיך אַנטפּלעקט די דאָזיקע פּאָלעמישע טענדענץ אין משה קולבאַקס „רײַסן‟. דער דיכטער שטעלט זיך פֿאָר ניט װי אַ ראַפֿינירטער אַריסטאָקראַטישער עסטעט, װאָס באַװוּנדערט די שײנקײט פֿון נאַטור און הערט אין איר אָפּקלאַנגען פֿון זײַנע שטימונגען און געפֿילן. פֿאַרקערט, ער איז אַלײן אַ טײל פֿון דער װילדער נאַטור. ער איז אַ קינד פֿון װעלדער, פֿעלדער און טײַכן, װאָס געהערט צו דער װײַסרוסיש־ליטװישער לאַנדשאַפֿט, פּונקט אַזױ װי זײַנע פּױערישע שכנים. דערבײַ האָט קולבאַק איבערגענומען בײַ נײַדוסן אַ סך סטיליסטישע מכשירים, דער עיקר, די װאַריאַציעס פֿון מאָס און ריטעם. די לאַנגע, שװערע און פּאַמעלעכע שורות פֿון „רײַסן‟ װאַקסן אַרויס פֿון נײַדוסעס „ליטע־בילדער‟, פֿון אַזעלכע שורות װי: „עס נידערט אַראָפּ שױן דער אָװנט מיט זײַנע פֿאַרכּישופֿטע פֿליגל / װאָס אָטעמען אָנעט אױף אַלעס אַ האַרציקע, מידע אידיליע‟.
אָבער די סאַמע בולטע פֿאַרבינדונג צװישן די צװײ גרעסטע דיכטער פֿון דער ליטװישער לאַנדשאַפֿט קומט פֿאָר דורך דער געשטאַלט פֿון אַ װאַנדערער. נײַדוס הײבט אָן: „איך בין שטענדיק נע־ונד, / נע־ונד, / װי אַ גריכישער נאָמאַד: / האָב איך הײמען מער װי רײמען, מער װי טרױמען אין מײַן זעל. / יעדן טאָג אַ נײַער שװעל‟, און קולבאַק כאַפּט אונטער: „איך בין אַ בחור אַ הולטײַ / האָב איז מיר אַ שטעקן, / טרײַ־רײַ־רײַ, טרײַ־רײַ־רײַ / כ׳שפּאַן אין אַלדע עקן‟. אַזױ אַרום האָט נײַדוס אָנגעלערנט ייִדישע פּאָעזיע װי אַזױ צו רעדן װעגן שײנקײט פֿון דער אומעטיקער ליטװישער נאַטור, און קולבאַק, מיט זײַנע נאָכפֿאָלגער, קודם־כּל, אלחנן װאָגלער און משה טײף, האָבן װײַטער אַנטװיקלט זײַן תּורה אין זײער שאַפֿונג אין די 1920ער־1930ער יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.