(די 3 טע זײַט פֿון 3)
הגם נבֿוכדנצר האָט שטאַרק קאָנטראָלירט די פֿאַרטריבענע ייִדן, האָט ער זיי געלאָזט צו אַנטוויקלען אייגענע קהילות אין בבֿל. ווען כּורש האָט איבערגענומען דאָס לאַנד, זענען דאָרטן שוין געווען ייִדישע שטעטלעך, וועלכע האָבן זיך שפּעטער אַנטוויקלט ווײַטער. איין אָרט, וואָס פֿיגורירט כּסדר אין די טאַבעלעס, הייסט אַל־יאַהודו — „דאָס ייִדישע שטעטל‟. ווען בבֿל איז געוואָרן דער וועלט־צענטער פֿון ייִדישקייט נאָכן חורבן פֿונעם צווייטן בית־המיקדש, האָט דאָרטן שוין לאַנג געבליט אַ ייִדיש לעבן.
ביידע פֿאָרשערינס האָבן באַמערקט אינעם שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, אַז אויף די טאַבעלעס ווערן נישט דערמאָנט קיין רעליגיעזע ענינים. די אוראַלטע בבֿלישע און פּערסישע קאַנצעלאַריע האָבן זיך אינטערעסעריט בלויז מיט פֿאַרשיידענע געשעפֿט־ענינים: האַנדל, חובֿות, בשותּפֿותדיקע עסקים, דירה־געלט, ירושה און שטײַערן. אונדזער הײַנטיקער ייִדישער לוח שטאַמט פֿון בבֿל, דערפֿאַר קלינגען די גענוי רעקאָרדירטע דאַטעס גאַנץ פֿאַרשטענדלעך: דער 17טער תּשרי, 20סטער ניסן, 5טער סיוון. צווישן די דאַטעס טרעפֿן זיך נישט קיין יום־טובֿים. הגם דאָס קאָן זײַן אַ צופֿאַל, קאָן מען עס אָפּטײַטשן ווי אַ סימן, אַז די באַטייליקטע אין די עסקים זענען געווען פֿרומע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.
אַזוי צי אַזוי, כאָטש אַלע טאַבעלעס שטעלן מיט זיך פֿאָר פֿאַקטיש קאַנצעלאַרישע קוויטאַנצן, דערמעגלעכן זיי אַ קוק צו טאָן אויפֿן רויִקן טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די בבֿלישע ייִדן, וועלכע האָבן געהאַנדלט מיט תּבֿואה און פֿיך. כּורש איז געווען אַ טאָלעראַנטער מלך, וועלכער האָט אַרויסגעוויזן דרך־ארץ צו פֿאַרשיידענע פֿעלקער און רעליגיעס.
ביידע רעדאַקטאָרינס מיינען, אַז אין אַ געוויסן זין קאָן מען פֿאַרגלײַכן די געפֿינסן מיט די באַרימטע מגילות־ים־המלח. הגם וואָס שייך רעליגיע ווערט אין אין די טאַבעלעס גאָרנישט דערמאָנט בפֿירוש, האָבן מיר צום ערשטן מאָל באַקומען אַן דירעקטן און פּרטימדיקן אינפֿאָרמאַציע־קוואַל וועגן דעם סאָציאַלן, עקאָנאָמישן און אַדמיניסטראַטיוון קאָנטעקסט פֿון דער תּקופֿה, ווען די ייִדישע טראַדיציע אין איר איצטיקער פֿאָרעם האָט אָנגעהויבן זיך פֿאָרמירן נאָכן גלות־בבֿל.
איין וויכטיקער פּרט בלײַבט אָבער אַ סוד: ווען און ווי אַזוי זענען די טאַבעלעס אַנטדעקט געוואָרן? פּירס און וווּנש האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן נישט קיין השׂגה. מע ווייסט בלויז, אַז זיי געהערן צו דער פּריוואַטער קאָלעקציע פֿונעם לאָנדאָנער קונסט־זאַמלער דוד סופֿר. אין די 1990ער יאָרן, נאָך דער מלחמה אינעם פּערסישן אײַנגוס, האָבן זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט צוגעגנבֿעטע מיטל־עלטערלעכע אוצרות. סופֿר לייקנט אָפּ וועלכע־ניט־איז אומגעזעצלעכע טעטיקייט און זאָגט, אַז ער האָט דעמאָלט געקויפֿט די טאַבעלעס בײַ אַ געוויסן אַמעריקאַנער.
ס׳איז אַ טרויעריקע איראָניע, אַז צוליב די מהומות און קאָנפֿליקן אינעם מיטל־מיזרח קאָנען זיך פּלוצעם באַווײַזן אַרום דער וועלט דורך צווייפֿלהאַפֿטיקע קאַנאַלן נײַע אַרכעאָלאָגישע אוצרות. זיי קאָנען וואַרפֿן אַ נײַע שײַן אויף דער ייִדישער געשיכטע און אויף די וואָרצלען פֿון דער גאַנצער מענטשעלכער ציוויליזאַציע, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן, אין אַ גרויסער מאָס, אינעם דאָזיקן ראַיאָן. עס וויל זיך האָפֿן, אַז די נײַע אַרכעאָלאָגישע סענסאַציעס וועלן אַרויסקומען פֿון קלאָרע און פֿרידלעכע קוואַלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.