ייִדן פֿון אַמסטערדאַם — אין פֿאָטאָגראַפֿיעס

Jews in Amsterdam Through a Lens


פֿון גאַליע פּעטרענקאָ

Published December 02, 2015, issue of December 25, 2015.

לעצטנס האָט דער אַמסטערדאַמער מוזיי פֿון ייִדישער געשיכטע געעפֿנט אַ נײַע פֿאָטאָ-אויסשטעלונג, וואָס הייסט „די מלחמה איז פֿאַרבײַ‟. אויף דער אויסשטעלונג פּרעזענטירט דער מוזיי אַרום 150 בילדער פֿון לעאָנאַרד פֿריד (Leonard Freed, 1929-2006), אַן אַמעריקאַנער פֿאָטאָגראַף, וואָס האָט לאַנג געאַרבעט פֿאַרן פֿאָטאָ־ביוראָ „מאַגנום‟. די פֿאָטאָגראַפֿיעס האָט דער מוזיי באַקומען פֿון פֿרידס אַלמנה בריגיטע, וואָס וווינט אין אַמעריקע.

געבוירן געוואָרן אין ניו-יאָרק בײַ ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מינסק, האָט פֿריד אין 1957 באַזוכט האָלאַנד צום ערשטן מאָל, און איז געבליבן אין אַמסטערדאַם ביז 1970. ער איז אויסגעוואַקסן אין אַ וועלטלעכער ייִדישער משפּחה, אָבער, ווי עס דערקלערט דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, בערנאַדעטע וואַן וווּרקאָם, איז ער תּמיד געווען פֿאַראינטערעסירט אין זײַנע שורשים. בעת זײַן ערשטן קומען אין לאַנד, האָט ער באַזוכט אַ טאַנץ-מסיבה פֿאַר ייִדישער יוגנט, און האָט זיך פֿאַרליבט אין דער לעבעדיקייט פֿון דער סבֿיבֿה. מעגלעך, דערפֿאַר האָט פֿריד אָנגעהויבן זײַן פּראָיעקט מיט דער טעמע „ייִדן פֿון אַמסטערדאַם‟. שוין אין 1958 האָט ער אַרויסגעגעבן אַ בוך מיטן זעלביקן נאָמען, צוזאַמען מיטן זשורנאַליסט מאַקס סנײַדערס. אין גאַנצן, האָט ער אַרײַנגענומען אין פּראָיעקט בערך 2,500 פֿאָטאָגראַפֿיעס.

כאָטש די אַמסטערדאַמער קהילה האָט פֿיל געליטן בשעתן חורבן און פֿאַרלוירן אַרום 75% פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, זעען מיר אויף די בילדער, אַז דאָס לעבן גייט אָן ווײַטער. פֿריד האָט ניט געוואָלט פֿאָטאָגראַפֿירן די ערטער אָדער אונטערנעמונגען, וואָס האָבן צו טאָן מיט טראַגישע אַספּעקטן פֿון דער געשיכטע. זײַן ציל איז געווען צו ווײַזן אַ גליקלעך טאָג-טעגלעך לעבן: מסיבות, חתונות, יום-טובֿים. מיר קאָנען אויך זען די רוטין פֿון פּשוטע מענטשן: אַ פֿישער פֿאַרקויפֿט פֿיש אויפֿן מאַרק, קינדער שפּילן זיך אין דער גאַס, אַ דאָקטער לייענט אַ זשורנאַל, אַן אָרעמאַן פֿאַרריכט זײַן וועלאָסיפּעד, אַ געוויינטלעכע משפּחה גרייט זיך צום שבת… אויף פֿרידס שיינע און אָפּטימיסטישע בילדער געפֿינט מען באמת נישט קיין זכר פֿון דער מלחמה.

איך האָב געפֿרעגט צוויי פֿון די באַזוכערס, וואָס מיינען זיי וועגן דער אויסשטעלונג? (ביידע האָבן מיר געענטפֿערט, אַז זיי זענען נישט קיין ייִדן, אָבער זיי זענען געגאַנגען אינעם מוזיי ספּעציעל, כּדי צו קוקן אויף פֿרידס פֿאָטאָגראַפֿיעס.)