אַהרון יחיאל האָפֿשטיין איז געווען אַ צדיק פֿון דער קאָזשניצער דינאַסטיע. גערופֿן האָט מען אים, אַהרעלע קאָזשניצער, און ער איז געשטאָרבן פֿון טיפֿוס אין דער זשעלעכאָווער געטאָ. מען האָט אים יאָ מקבר געווען, אָבער דער קבֿר איז נעלם געוואָרן.
דוד זינגער, אַ ניו־יאָרקער חסיד, וואָס אינטערעסירט זיך מיט די קבֿרים פֿון צדיקים אין פּוילן, האָט באַשלאָסן צו געפֿינען דעם קאָזשניצערס קבֿר. אין יאָר 2011 איז דוד זינגער געקומען קיין זשעלעכאָוו. צו געפֿינען דעם קבֿר איז נישט געווען קיין לײַכטע זאַך. פֿונעם ייִדישן בית־עולם האָט מען דאָרט געמאַכט אַ פּאַרק. גרין גראָז און ביימער באַדעקן די אַלטע מצבֿות.
אַ דאַנק די פֿאַרמלחמהדיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס און ראַדאַר־מכשירים, האָט זינגער, סוף־כּל־סוף, אַנטדעקט דעם צדיקס קבֿר. פֿופֿציק חסידים זענען שוין עולה־רגל געווען אויפֿן צדיקס קבֿר.
די קאָזשניצער דינאַסטיע האָט אַ המשך — ר׳ חיים האָפֿשטיין, וואָס לעבט אין לאָנדאָן. ער איז אויך געקומען קיין זשעלעכאָוו און דערקלערט, אַז ער האָט בדעה צו שטעלן אַן אוהל אויפֿן צדיקס קבֿר.
הייסט עס, אַז זשעלעכאָוו פֿון הײַנט אָן געפֿינט זיך אויף דער הייליקער מאַפּע פֿון די פּוילישע צדיקים.
די משפּחה נתנזאָן (נאַטאַנזאָן) האָט אַ פֿאַרמעגן פֿון אַן ערך פֿיר הונדערט מיליאָן דאָלאַר, דערציילט אונדז דער זשורנאַל „וויקלי ביזנעס ריוויו‟. די ייִדישע־ענגלישע משפּחה שטאַמט פֿון פּוילישע ייִדן, פֿון ראַדאָם און לאָדזש. דערפֿאַר האָבן אויך טאַטע־מאַמע, הילטאָן און לויִז נתנזאָן באַשלאָסן צו פּראַווען זייער זונס בר־מיצווה אין לאָדזש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.