אויף איבערצוזעצן פֿון ענגליש אויף ייִדיש אָדער פֿאַרקערט, מוז מען זײַן באַהאַוונט אין אַ פֿליסיקן ייִדיש, אין לשון־קודש, דער עיקר, ייִדישקייט, שוין אָפּגערעדט פֿון ענגליש מיט אירע שפּראַך־אוצרות — אַנישט טרעפֿט מען אין לא מיט אַ ספּאָדניצע.
נישט איין מאָל שוידער איך אויף, ווען איך קום צו די פּאָר שורות אין חיים גראַדעס „מײַן קריג מיט הערש ראַסײַנער‟, פֿון וועלכע איך האַלט אין איין שרײַבן און איבערחזרן די עוולה. דער איבערזעצער, מילטאָן הימלפֿאַרב, האָט געמאַכט אַ גראָבן טעות, וואָס האָט זיך געקלעפּט ווי אַרבעס צו דער וואַנט. עס האַנדלט זיך אין דער פֿראַזע:
„איך וועל דיר געבן אַ משל פֿונעם בן־מלך מיטן נזיר‟,
האָט דער איבערזעצער עס געטײַטשט:
מילא, דער איבערזעצער האָט נישט פֿאַרשטאַנען, ווענדט מען זיך צו אַ ייִדיש־קענער. אין יענער צײַט איז נאָך געווען אַ שלל מיט זיי, וואָלט ער זיך דערוווּסט, אַז דער זאַץ האָט גאָר געהאַט צו טאָן מיט די כּוזרים, וועגן וועלכע יהודה הלוי האָט געשריבן וועגן זיי אין זײַן בוך. דער באַגריף האָט לגמרי גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיטן קריסטלעכן באַגריף פֿון נאַזאַרין.
דעריבער האָב איך זיך אויף טשיקאַוועס אַוועקגעזעצט און צונויפֿגעזאַמלט אַ פּאָר ענגלישע אידיאָמען און זיי פּרובירט איבערצוזעצן אויף ייִדיש, און אָט האָט איר זיי:
ס’איז אַ ראיה פֿון דער אַלטער באָבע חיה
ס’איז אַ באַווײַז שוואַרץ אויף ווײַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.