צוליב װאָס און פֿאַר װעמען שרײַבט מען הײַנט פּיעסעס אױף ייִדיש? װער װעט זײ שפּילן און װער װעט פֿון זײ געניסן? „קײן מאָדערנע ייִדישע דראַמאַטורגיע און קײן מאָדערנער ייִדישער טעאַטער זענען נישטאָ, און אױב שױן יאָ, טאָ — ניט אױף ייִדיש, אָדער אַזױ טיף פֿאַרבאַהאַלטן, אַז מע זעט זײ נישט‟.
אַזױ זאָגט מיכאל פֿעלזענבאַום אין דער הקדמה צום זאַמלבוך פֿון זײַנע פּיעסעס. דאָס דאָזיקע װאָגיקע באַנד פֿון העכער װי פֿיר הונדערט זײַטן איז כּולל זיבן פּיעסעס זײַנע, װאָס ער האָט אָנגעשריבן אין משך פֿונעם לעצטן פֿערטל יאָרהונדערט. ער איז ממשיך זײַן טענה מיט אַ רעטאָרישער פֿראַגע: „איז צוליב װאָס פֿאַר אַ קרענק שרײַב איך קאָמעדיעס, און דערצו נאָך אױף ייִדיש, װען קײן לײענער זענען כּמעט נישטאָ? דעם אמת געזאָגט, קײן קלאָרן ענטפֿער האָב איך ניט.‟ און דאָך האָט ער יאָ אַן ענטפֿער, אַז שרײַבן שרײַבט ער קודם־כּל פֿאַר זיך אַלײן און דעם צײַטגײַסט אױף צו להכעיס. זײַן תּשובֿה, זאָגט ער צום שלוס, „ליגט ערגעץ װוּ צװישן די זוכונגען פֿון ’גאָטס ליבע’ צו מענטשן און פֿון מענטשנס בלאָנדזשענישן אױפֿן װעג צו גאָט.‟
פֿעלזענבאַומס חקירות זײַנען הילפֿיק פֿאַר פֿאַרשטײן ניט נאָר זײַנע אײגענע שרײַבערישע כּװנות, נאָר אױך דעם מײן פֿון זײַנע פּיעסעס. אַזױ אָדער אַנדערש, גײט דאָ די רייד װעגן מענטשלעכע זוכונגען נאָכן „עיקר‟ און בלאָנדזשענישן אױפֿן דאָזיקן װעג. אין דעם זין איז פֿעלזענבאַום אַ געטרײַער תּלמיד פֿון י. ל. פּרץ, װעמען ער האָט געװידמעט די קאָמעדיע „אַ גוטן תּמיד, ר׳ יצחק־לײבוש, אָדער אַ פּיעסע פֿאַר גאָט און אָרקעסטער‟. אין דער דאָזיקער פּיעסע װערט אױף ס׳נײַ אױסגעשפּילט — פּאַראַלעל אין דער װעלט של־מטה און אין דער װעלט של־מעלה — די אַלט־נײַע מעשׂה פֿון באָנטשע שװײַג.
צװײ אַנדערע בולטע השפּעות קומען פֿון די גרעסטע פֿאָרשטײער פֿון דער דרומדיקער, אוקראַיִניש־רומענישער שיטה אין דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און איציק מאַנגער. בײַם ערשטן האָט פֿעלזענבאַום איבערגענומען די טעאַטראַלישע מוזיקאַלישקײט; בײַם צװײטן האָט ער זיך אָנגעלערנט די קונסט פֿון שפּילעװדיקער סטיליזאַציע. און דאָס אַלץ האָט ער איבערגעשמאָלצן אין זײַנע אײגענע טעאַטראַלישע שטיק, װאָס זײַנען אײנצײַטיק אי לײַכט, אי טיפֿזיניק; אי פֿאַנטאַסטיש, אי רעאַליסטיש; אי טרױעריק, אי פֿרײלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.