וואָס האָט שׂריד נישט באַוויזן צו לאָזן

This Sarid Did Not Survive

יאָסי שׂריד ז״ל בײַ זיך אין דער היים, 2012, און דער שער־בלאַט פֿון זײַן לידער־בוך „שירים אחרי‟ (לידער נאָך), 2010
יאָסי שׂריד ז״ל בײַ זיך אין דער היים, 2012, און דער שער־בלאַט פֿון זײַן לידער־בוך „שירים אחרי‟ (לידער נאָך), 2010

פֿון עדי מהלאל

Published December 10, 2015, issue of December 25, 2015.

דעם 4טן דעצעמבער איז פֿון אַ האַרץ־קרענק געשטאָרבן דער ישׂראל־פּאָליטיקער און מחבר יאָסי שׂריד. אין משך פֿון לאַנגע יאָרן איז ער געווען איינער פֿון די בולטסטע אָנפֿירער אין די ישׂראלדיקע לינקע קרײַזן. געבוירן געוואָרן איז ער ווי יוסף שנײַדער אין 1940 אין רחובֿות בײַ עלטערן, וואָס האָבן זיך ביידע באַשעפֿטיקט אין דערציִונג: די מאַמע אין לערערײַ, און דער טאַטע האָט געהאַלטן הויכע פּאָזיציעס אינעם דערציִונג־מיניסטעריום. יאָרן נאָך זייער טויט איז שׂריד אַליין געוואָרן דער דערציִונג־מיניסטער.

זײַן טאַטע יעקבֿ, האָט געביטן דעם משפּחה־נאָמען אויף „שׂריד‟ (איבערבלײַב) נאָכן חורבן, ווען ער האָט זיך דערוווּסט, אַז די אַלע אַנדערע „שנײַדערס‟ זענען אומגעקומען, און ער איז איצטער געבליבן דער איינציקער איבערבלײַב פֿון דער משפּחה.

מיט אַ צען יאָר צוריק, דעם ערשטן מײַ 2006, האָט שׂריד באַזוכט דעם „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס איז געשען זעקס חדשים נאָך דעם, וואָס ער האָט פֿאַרלאָזט די כּנסת, וווּ ער האָט געדינט, ווי אַ מיטגליד, איבער דרײַסיק יאָר. נאָכן זינגען דעם „אינטערנאַציאָנאַל‟ האָט ער דאָרט דערציילט וועגן זײַן טאַטן, „דער בולטער ייִדישיסט‟:

„זײַן ייִדיש, ווי מע זאָגט — איך קען נישט אַליין באַשטימען — איז לעילא־ולעילא געווען. און מענטשן פֿלעגן זיך צונויפֿקומען פֿונעם גאַנצן לאַנד זיך צוהערן צו זײַנע מעשׂיות אויף ייִדיש. דעם ערשטן מײַ פֿלעגן מיר שטיין אין שול. מײַן טאַטע איז געווען דער הויפּט־לערער דאָרט. מיר פֿלעגן זיך האַלטן בײַ די הענט און זינגען מיט פֿרייד דעם ׳אינטערנאַציאָנאַל׳…

„די ישׂראלדיקע סאָציאַל־דעמאָקראַטיע, האָט צום גרעסטן באַדויערן באַנקראָטירט… דער באַגריף סאָציאַליזם האָט באַקומען אַ שלעכטן שם, ווײַל עס זענען געווען די ערגסטע רעגירונגען, וואָס האָבן פֿאַלש געטראָגן דעם נאָמען ‘סאָציאַליזם’. און די קעגנער פֿון סאָציאַליזם האָבן ליב, טאָג־אײַן טאָג־אויס, פֿאָרצושטעלן נאָר 2 ברירות: אָדער דעם קאַפּיטאַליסטישן נוסח פֿון טאַטשער, פֿון איין זײַט, אָדער דעם סאָציאַליסטישן — פֿון קובאַ אָדער צפֿון־קאָרעע, אָדער דעם אַמאָליקן ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס מיר זענען דערפֿון, דאַנקען גאָט, פּטור געוואָרן… איך זאָג אײַך אָן, אַז מיר ווילן נישט זײַן קיין קובאַ, און אויך נישט צפֿון־קאָרעע; אָבער מיר ווילן יאָ זײַן פֿינלאַנד, און דענמאַרק, און שוועדן…‟