וואָס האָט שׂריד נישט באַוויזן צו לאָזן

This Sarid Did Not Survive

יאָסי שׂריד ז״ל בײַ זיך אין דער היים, 2012, און דער שער־בלאַט פֿון זײַן לידער־בוך „שירים אחרי‟ (לידער נאָך), 2010
יאָסי שׂריד ז״ל בײַ זיך אין דער היים, 2012, און דער שער־בלאַט פֿון זײַן לידער־בוך „שירים אחרי‟ (לידער נאָך), 2010

פֿון עדי מהלאל

Published December 10, 2015, issue of December 25, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

איך בין געגאַנגען אויף דער לוויה פֿון אַ באַרימטן מענטשן.
דאָס יונגוואַרג האָב איך נישט דערקענט מחמת זייער יוגנט
און די אַלטע האָב איך נישט דערקענט מחמת זייער אַלטקייט.
ווען מיך וואָלט מען הײַנט געדאַרפֿט דערקענען,
וואָלט עס פֿאַר מיר אַליין געווען שווער.
מע וואָלט געמוזט אַרײַנקוקן
אין מײַנע פֿאָטאָגראַפֿיעס,
וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט צווישן
אַלע מײַנע לעבן-סטאַנציעס,
אין די טעג, אין וועלכע איך פֿלעג געזוכט ווערן.

שׂרידס גדולה קומט דאָ צום אויסדרוק אויף אַ חנעוודיקן אופֿן, אין וועלכן ער מאַכט שלום מיט זײַן עלטערן זיך. מע קען דאָ אויך זען עפּעס אַ ביטערקייט פֿון אַ „יורד‟, אָבער ער לייזט זי מיט אַ געזונטער מאָס פֿון סאַרקאַזם. דער רעזשיסאָר ערן טאָרבינער האָט אַ טאָג נאָך שׂרידס טויט אַרויפֿגעשטעלט אָט דעם ווידעאָ פֿון שׂרידס וויזיט אין „אַרבעטער־רינג‟: