פֿון אַלע ייִדישע יום־טובֿים ווערט אין רוסלאַנד טראַדיציאָנעל צום ברייטסטן געפּראַוועט חנוכּה. מע צינדט אָן דעם גרויסן חנוכּה־לאָמפּ אויף צענטראַלע פּלעצער פֿון מאָסקווע. אויף רעוואָלוציע־פּלאַץ האָבן די ערשטע ליכט אָנגעצונדן דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר צבֿי חפֿץ און דער הויפּט־רבֿ פֿון דעם רוסלענדישן חב״ד ר׳ בערל לאַזאַר. אין אַלע ייִדישע אַנשטאַלטן ווערן דורכגעפֿירט פּראָגראַמען פֿאַר קינדער און פֿאַר עלטערע מענטשן, לעקציעס און קאָנצערטן.
אין דעם מאָסקווער קרעמל האָט מען צוגעטיילט די יערלעכע פּרעמיע „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וואָס מיט איר צייכנט דער רוסלענדישער חב״ד אָפּ די מענטשן, וואָס האָבן בײַגעטראָגן צום מערסטן צו דער ייִדישער קולטור אָדער דעם ייִׅדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. הײַיאָר איז די הויפּט־פּרעמיע צוגעטיילט געוואָרן גאַרי באַרדינען, דעם באַרימטן רוסישן רעזשיסאָר פֿון אַנימאַציע־פֿילמען. אין דער „בילדונג‟־נאָמינאַציע האָט באַקומען די פּרעמיע דער געוועזענער דירעקטאָר פֿון איינער פֿון די בעסטע מאָסקווער וועלטלעכע ייִדישע שולן, גריגאָרי ליפּמאַן. באַלוינט זענען אויך דער רעזשיסאָר סערגיי מאָקריצקי, דער טעלעוויזיע־זשורנאַליסט יעווגעני בעקאַסאָוו, וואָס האָט געשאַפֿן אַ ריי פּראָגראַמען וועגן דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי, און דער פּרעזידענט פֿון טאַטאַרסטאַן, רוסלאַן מיניכאַנאָוו.
אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִׅדישן מוזיי איז פֿאָרגעקומען אַ זיצונג פֿון קינאָ־קלוב. מע האָט באַוויזן דעם פֿילם „דער פֿידלער אויפֿן דאַך‟, קאָמענטירט פֿון ברוך גאָרין, דער הויפּט פֿונעם פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ און אַ קענער פֿון אַשכּנזישער קולטור.
אין זשוקאָווקע (זשיקעוו, אויף ייִדיש), 10 ק״מ פֿון מאָסקווע, האָט מען געפּראַוועט אַ חנוכּת־הבית; דאָרט איז געעפֿנט געוואָרן אַ נײַער ייִדישער קהילה־צענטער — מיט אַ שיל, אַ באַנקעט־זאַל, אַ האָטעל און קלאַסן. דער צענטער געפֿינט זיך אין אַ פּרעסטיזשפֿולן ראַיאָן פֿון מאָסקווער געגנט, און כּדי אים אויפֿצובויען, האָבן די היגע ייִדישע געשעפֿטס־לײַט געזאַמלט 15 מיליאָן דאָלאַר און באַשטעלט אַן אַרכיטעקטור־פּראָיעקט אין ענגלאַנד. אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע זענען געקומען די הויפּט־רבנים פֿון רוסישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַר און ר׳ אַלכּסנדר באָראָדאַ, און דער גובערנאַטאָר פֿון מאָסקווער געגנט — אַנדריי וואָראָביאָוו. אויף דער שׂימחה האָט געשפּילט אַ דזשעז־אָרקעסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.