(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די הויפּט־געשעעניש פֿון קולטורעלן לעבן אין מאָסקווע איז די וואָך געווען דער פֿעסטיוואַל פֿון קאָמענטירטן לייענען, דורכגעפֿירט פֿונעם פּראָיעקט „אשכּולות‟.
דער פּראָיעקט אָרגאַניזירט אַזאַ פֿעסטיוואַל שוין צום צענטן מאָל, און אַלע מאָל האָט דער פֿעסטיוואַל אַ באַזונדערע טעמע. דאָס מאָל איז ער געווידמעט געווען אַרכיטעקטור: ווי אַזוי קען מען פֿאַרטײַטשן די סימנים אויף בנינים, מויערן און אין דער שטאָטישער פּלאַנירונג? די צוהערער האָבן זיך צעטיילט אויף 3 גרופּעס; די ערשטע גרופּע האָט זיך געלערנט אַרכיטעקטור פֿון אַנטיקישן מיזרח, און געהערט רעפֿעראַטן וועגן אַלט־מיזרחדיקע קולט־בנינים. אין אַזאַ קאָנטעקסט איז באַטראַכט געוואָרן אויך דער בית־המקדש.
די צווייטע גרופּע האָט געפֿאָרשט די אָפּשפּיגלונג פֿון ירושלים אין דער אייראָפּעיִשער אַרכיטעקטור און אין די שילן פֿון מיזרח־אייראָפּע; און די דריטע גרופּע האָט געלערנט די אידעאָלאָגיע פֿון מאָדערנער אַרכיטעקטור — פֿון מעמאָריאַלע דענקמעלער און מאָנומענטן ביז דעם ישׂראלדיקן קאָנסטרוקטיוויזם. דער פֿעסטיוואַל האָט געדויערט 4 טעג, און זײַן פּראָגראַם האָט אײַנגעשלאָסן אויך פּלענאַרע רעפֿעראַטן און פֿילמען, פֿאַרבונדן מיט אַרכיטעקטור.
אין רוסלענדישן מלוכישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש פֿונעם צענטער פֿאַר גענאָציד־פֿאָרשונג, וואָס איז אַנומלטן געגרינדעט געוואָרן. מע האָט פֿאַרבעטן דעם דירעקטאָר פֿון דעם מאָסקווער אינפֿאָרמאַציע־צענטער בײַ דער „יו־ען‟, אַלכּסנדר גאָרעליקן, ער זאָל זיך טרעפֿן מיט די סטודענטן. גאָרעליק האָט דערציילט וועגן דעם באַגריף „גענאָציד‟, אינטערנאַציאָנאַלע רעכט, וועגן דער „קאָנווענץ פֿון אויסמײַדן דעם גענאָציד און שטראָף פֿאַר אים‟, וועגן די מיטלען אויסצומײַדן גענאָצידן, וואָס ווערן אָנגעוואָנדן איצט, און וועגן דער אינטערנאַציאָנאַלער הילף פֿאַר די גענאָציד־קרבנות.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן גאַלינאַ זעלענינאַס בוך „ייִדישע לימודים צוויי‟, וואָס באַשטייט פֿון אירע אינטערוויוען מיט טוער, וואָס מיט זיי איז פֿאַרבונדן דער ווידערגעבורט פֿון ייִדישע לימודים אין רוסלאַנד אין די 1990ער יאָרן: פּראָפֿעסאָרן, אַקאַדעמישע אָנפֿירער, טוער פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, בתוכם וואַלערי דימשיץ, אָלעג בודניצקי און מיכאל קרוטיקאָוו. אויפֿן סמך פֿון די אינטערוויוען ווערן געשאַפֿן פּאָרטרעטן פֿון די טוער און פֿון דער דערשײַנונג פֿון ייִדישע לימודים אין רוסלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.