וווּ איז דרך־ארץ פֿאַר דער פֿרוי?

Where is the Respect For Women?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 17, 2015, issue of January 08, 2016.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

לאָמיר אַ קוק טאָן וואָס ס׳טוט זיך בײַ אונדז ייִדן אינעם היימישן ווינקל. איך וועל נישט אַרײַנגיין אין די פֿאַנאַטישע הײַזער און באַטראַכטן די רעכט פֿון די פֿרויען אין שיינע אָדער צומאָל מיאוסע שײַטלען, צוגעבונדן צו אַ טוץ קינדערלעך כּן־ירבו מיט אַ שווער געמיט, בעת די מענער שאָקלען זיך איבער דער גמרא און מען זוכט אַ שידוך פֿאַרן זון אָדער טאָכטער פֿון דער זעלבער שיטה.

מײַן פֿראַגע איז: צי גייען אונדזערע פֿרומע פֿרויען און טעכטער שטימען, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי האָבן יאָ פֿרויען־רעכט? מיר ווייסן, אַז זיי מישן זיך נישט מיט קיין פֿרעמדע.

און אַז מ׳האַלט שוין בײַ פֿרויען, דערמאָן איך זיך ווען מיר, אַ גרופּע פֿרויען, סוף 1960ער יאָרן, האָבן באַשלאָסן אַרויסצוגעבן יום־טובֿ ביכעלעך פֿאַר דער ייִדישער שול־סיסטעם. געשען איז די זאַך אין דער קאַפֿעטעריע פֿון אַטראַן־הויז, אויף דער 78־סטער גאַס און מעדיסאָן עוועניו. דאָס אַטראַן־הויז האָט געהויזט אַ כאָפּטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.

אונדזער גרופּקעלע איז באַשטאַנען פֿון צירל וואַלעצקי, די בריליאַנטענע מאָלערין; מלכּה גאָטליב, די מוזיקערין און שוועסטער פֿון חנה מלאָטעק; געלע פֿישמאַן, די טרײַב־קראַפֿט און איך האָב צוגעשטעלט דעם מאַטעריאַל פֿאַר די ביכעלעך. אין אַטראַן־הויז האָבן מיר פֿיר באַגעגנט דעם גלענצנדיקן ייִדישן פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטיין און געטרונקען אַ גלעזעלע טיי צוזאַמען. מיר האָבן אים דערציילט וועגן אונדזער אונטערנעמונג, וואָס דאַרף דינען דער ייִדישער שול־סיסטעם.

„קינדערלעך!‟ — האָט ער פֿון אונדז געלאַכט, שאַרט זיך אַרויף די אַרבל. — וויסן זאָלט איר, אַז איר געפֿינט זיך אין אַ מענערישער, עקסקלוסיווער וועלט.‟

האָבן מיר אים געפֿרעגט: „ווי זאָל מען זיך רופֿן?‟

איז ער באַשטאַנען אויף „אויפֿגאַנג‟.