וווּ איז דרך־ארץ פֿאַר דער פֿרוי?

Where is the Respect For Women?

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 17, 2015, issue of January 08, 2016.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

האָב איך אים געענטפֿערט:

„כ׳ווייס נישט!‟

האָט ער מיר געהייסן אָנצושרײַבן דרײַ אַרטיקעלעך, לויט דעם וועט ער וויסן. צו מאָרגנס קלינגט ער מיר:

„דו קענסט שרײַבן. איך וועל דיך אָנשטעלן אין ’פֿאָרווערטס‘.‟

האָב איך גענומען שרײַבן יעדן טאָג אַן אַרטיקעלע ביז דער רעדאָקטאָר, שמעון וועבער, איז צוריק געקומען פֿון מיאַמי. דערזען אַן אומבאַקאַנטע פֿרוי שרײַבט אין „זײַן‟ צײַטונג, האָט ער געמאַכט אַ געוואַלד: „ווער איז זי? פֿון וואַנען האָט זי זיך גענומען? ווער דאַרף זי? ווערט באַלד פֿון איר פּטור!‟ דוד מאַטיס, האָט אים גלײַך געענטפֿערט: „אויב זי גייט, גיי איך אויך!‟

די רעדאַקציע האָט זיך באַרויִקט און גענומען שפּעקולירן, אַז איך שרײַב גאָרנישט, מײַן מאַן שרײַבט פֿאַר מיר, אויב נישט מײַן מאַן, איז מײַן טאַטע. וואָס הייסט, אַ פֿרוי האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַ מענערישער צײַטונג! אַ חוצפּה פֿון אַ פֿרוי…

יעדער איינער פֿון אונדז האָט ליב אָדער נישט ליב ס׳אייגענע פֿאָלק. מיר מעגן זײַן פֿרום אָדער וועלטלעך; מיר מעגן זיך שפּאַרן אידעאָלאָגיש; מיר קענען זײַן דעמאָקראַטן און רעפּובליקאַנער, קיינער וועט אונדז נישט שטערן, מיט איין וואָרט, מיר ייִדן געהערן נישט צו איין עדה. מיר האָבן אַ פֿרײַען ווילן, סײַ מענער און סײַ פֿרויען. מיר מעגן האָבן אַן אייגענע דעה און נישט מורא האָבן, אַז מ׳וועט אונדז באַשטראָפֿן דערפֿאַר מיט הונדערט שמיץ מיט ריטער אין אונטערשטן חלק, אָדער קעפּן. מיר זײַנען דאָס פֿרײַסטע פֿאָלק אין דער וועלט, מיר געהערן נישט צו קיינעם, נאָר צו זיך אַליין, ס׳איז ממש אַ מחיה צו זײַן אַ ייִד.