(די 3 טע זײַט פֿון 4)
דעם אמת געזאָגט, איז מיר דער נאָמען נישט געווען צום האַרצן. איך האָב פֿאָרגעלייגט „פּאַפּירענע בריקן‟, אָבער די חבֿרה פֿרויען האָבן עס אָפּגעוואָרפֿן, נישט געווען באַקאַנט מיט דער ייִדישער לעגענדע, וואָס דערציילט אַז ווען משיח וועט קומען, וועלן די אומות־העולם לויפֿן איבער דער אײַזערנער בריק און אַלע וועלן דערטרינקען ווערן. מיר, ייִדן וועלן לויפֿן איבער דער פּאַפּירענער בריק און אָנקומען אין ארץ־הקודש בשלימות. אָבער גיי שפּאַר זיך מיט די אַמעריקאַנער געבוירענע… איז געבליבן „אויפֿגאַנג‟. זײַנען מיר אויך געקומען צום אויספֿיר, אַז דאָס ביכעלע מוז טראָגן אַ מענערישן נאָמען. האָב איך בײַגעטראָגן „גבֿריאל טאָליעס‟, מײַן מאַמעס (טאָליעס) מלאך.
זײַנען מיר זאַלבעפֿיר געקומען צום ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, און דערזען אַ כאָפּטע מענער, צווישן זיי — יודל מאַרק און חיים בעז. מיר האָב זיי געוויזן דאָס ביכעלע, וואָס האָט געהייסן „פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ‟. זיי האָבן עס באַטראַכט פֿון אַלע זײַטן, אונדז געוויזן אַ קרומע מינע; געפֿרעגט, ווער האָט אָנגעשריבן דאָס ביכעלע? האָבן מיר געלייקנט און זיי באַרויִקט, און צוגעשטעלט אַ מענערישן נאָמען, „גבֿריאל טאָליעס‟. אַ פֿיקטיווער ייִדיש־רוסישער פּאָעט.
און נאָך אַ פֿרויען־מאָמענט, וואָס לוינט זיך צו דערמאָנען. דוד מאַטיס איז געווען דעמאָלט דער אַסיסטענט־רעדאַקטער פֿון „פֿאָרווערטס‟, און שמעון וועמער — דער שעף־רעדאַקטער. וועבער האָט ליב געהאַט צו פֿאַרברענגען די ווינטער־חדשים אין פֿלאָרידע. דוד מאַטיס, אַ וווילער ייִד, האָט געקענט גוט מײַן טאַטן, זיי האָבן ביידע געאַרבעט אין דער „פֿרײַהײַט‟, אַ קאָמוניסטישע צײַטונג, וווּ די יוניאָן האָט מײַן טאַטן אָנגעבאָטן די שטעלע.
ווי עס זאָל נישט זײַן, די צײַטונג האָט זיך פֿאַרמאַכט אין די 1980ער יאָרן, האָט זיך דוד מאַטיס פֿאַרבונדן מיט מיר און געפֿרעגט איין פֿראַגע:
„קענסט שרײַבן?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.