לעצטנס, האָט זיך אין דער פֿרומער וועלט פֿאַרברייטערט דער שפּאַלט צווישן די חרדישע און מאָדערנע קרײַזן צוליב דער היפּוכדיקער באַציִונג צו וועלטלעכער בילדונג. בײַ די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן זענען די וויסנשאַפֿטלעכע און אַקאַדעמישע שטודיעס כּמעט אַן עיקר־אמונה. דער עצם־פּרינציפּ פֿון דער „צענטריסטישער‟ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג איז „תּורה ומדע‟ — תּורה מיט וויסנשאַפֿט.
להיפּוך, האָט די קעגנערשאַפֿט צו דער וועלטלעכער בילדונג דערגרייט אין געוויסע חרדישע קרײַזן אַן עקסטרעמע מדרגה. דעם 1טן דעצעמבער האָבן אַ גאַנצע ריי פּראָמינענטע חרדישע רבנים זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ ספּעציעלער אַסיפֿה אין בני־ברק, כּדי אויפֿצוטרעטן קעגן דער אַקאַדעמישער בילדונג פֿון פֿרויען. בעת דער פֿאַרזאַמלונג, האָט מען דערקלערט, אַז אַקאַדעמישע שטודיעס זענען אַ „געפֿערלעכע עבֿירה‟, ערגער ווי גנבֿה, און אַז די אוניווערסיטעטן זענען, נישט מער און נישט ווייניקער, „ערגער ווי די אויוונס פֿון אוישוויץ‟.
די וואָך, בעת אַ וויזיט קיין מאָנטרעאָל, האָב איך באַמערקט, אַז דער דאָזיקער אידעאָלאָגישער שפּאַלט איז כאַראַקטעריסטיש דווקא פֿאַר די אַשכּנזים. בײַ די מאַראָקאַנער ספֿרדים, אַרײַנגערעכנט די תּלמידים פֿון חרדישע ישיבֿות, וואָס לערנען זיך ייִדיש און באַטראַכטן לייקוווּד ווי דעם גרעסטן צענטער פֿון ייִדישקייט אין אַמעריקע, איז אַזאַ נעגאַטיווקייט נישטאָ, הגם אין געוויסע שטאַרק „אַשכּנזירטע‟ היימען קריכט זי ביסלעכווײַז אַרײַן.
למשל, ווען איך האָב פֿאַרבראַכט מיט אַ פֿרומען מאַראָקאַנער אינזשעניר, האָב איך באַמערקט, אַז זײַן יונגע טאָכטער שטודירט פֿלײַסיק אַן ערנסטן בוך פֿאַר אָרגאַנישער כעמיע. פּראָפֿעסאָרן, דאָקטוירים, יוריסטן און וויסנשאַפֿטלער פֿילן זיך באַקוועם צווישן די חרדים, דאַוונען צוזאַמען מיט פּשוטע עם־הארצים אין דער זעלבער שיל, און קלײַבן זיך צו געבן זייערע קינדער אַ גוטע בילדונג אָדער באַציִען זיך בכלל אַמביוואַלענט צום דאָזיקן ענין.
מע קאָן באַמערקן אַן אינטערעסאַנטן לינגוויסטישן חילוק. אין מאָנטרעאָל וווינען אַ סך ספֿרדישע משפּחות פֿון צפֿון־אַפֿריקע און פֿראַנקרײַך, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין קוועבעק צוליב דער שפּראַך־סבֿיבֿה. אין די פֿראַנצויזיש־רעדנדיקע שילן פֿילט זיך ווייניקער די השפּעה פֿון חרדישע תּקנות, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַשכּנזישע ענגליש־ און ייִדיש־רעדער.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין דער געשיכטע קאָן מען באַמערקן דעם זעלבן חילוק צווישן פֿאַרשיידענע עדות, אָנהייבנדיק פֿון דער מיטל־עלטערלעכער תּקופֿה. עס קאָן זײַן, אַז דער אונטערשייד האָט צו טאָן מיטן נישט־ייִדישן אַרום. להיפּוך צו דער קריסטלעכער אייראָפּע, וווּ דער צוטריט צו ערנסטער בילדונג איז געווען אָפֿט באַגרענעצט און אַפֿילו פֿאַרבאָטן, האָבן די ספֿרדים געוווינט אין די מוסולמענישע לענדער, וווּ וויסנשאַפֿטלעכע און פֿילאָסאָפֿישע שטודיעס זענען געווען אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם גײַסטיקן לעבן.
אַזוי צי אַזוי, זענען די באַקאַנטע ייִדישע אַסטראָמאָנען, מאַטעמאַטיקער, פֿילאָסאָפֿן און דאָקטורים געווען ביז דער משׂכּילישער תּקופֿה כּמעט אויסשליסלעך ספֿרדים, פּראָוואַנסאַלער אָדער איטאַליענער, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע יסודותדיקע פּערזענלעכקייטן, ווי אַבֿרהם אבן עזרא און דער רמב״ם. די ייִדישע קהילה אין פּראָוואַנס האָט זיך אויך געפֿונען אונטער אַ שטאַרקער שפּאַנישער און אַראַבישער השפּעה. למשל, רבי יעקבֿ אַנטולי (אַנאַטאָלי), אַ געבוירענער אין דרום־פֿראַנקרײַך, האָט געדינט אין נעאַפּאָל ווי אַן איבערזעצער פֿון אַראַביש אויף לשון־קודש בײַם קיניג פֿרעדעריק דעם צווייטן. אַ דאַנק זײַן טעטיקייט, האָבן די געבילדעטע אייראָפּעיִשע קריסטן זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט אַ צאָל וויכטיקע ווערק פֿון אַראַבישע חכמים. בײַ ייִדן איז אַנאַטאָלי צום בעסטן באַקאַנט צוליב זײַן פֿילאָסאָפֿישן מוסר־ספֿר „מלמד התּלמידים‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.