ווען ייִדן האָבן געלעבט אין ליעפּליע

When the Jews Lived in Lepel

אַ וווין־הויז אין ליעפּליע, וווּ ס׳איז אַמאָל געווען אַ שיל
Sefer
אַ וווין־הויז אין ליעפּליע, וווּ ס׳איז אַמאָל געווען אַ שיל

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 29, 2015, issue of January 22, 2016.

די נײַע פּובליקאַציע אין דער סעריע „דאָס שטעטל אין דעם הײַנטיקן זכּרון‟ פֿונעם מאָסקװער אַקאַדעמישן צענטער „ספֿר‟ איז געװידמעט דער שטאָט ליעפּליע אין דער װיטעבסקער געגנט פֿון בעלאַרוס.

די אױפֿבלי־תּקופֿה פֿון דער דאָזיקער שטאָט הײבט זיך אָן אין מיטן 19טן יאָרהונדערט, װען ליעפּליע איז געװאָרן דער צענטראַלער פּונקט פֿון דער נײַער קאַנאַלן־סיסטעם, װאָס האָט פֿאַרבונדן די טײַכן דניעפּער און דװינע. צו יענער צײַט האָט ליעפּליע געהאַט אַרום דרײַ טױזנט תּושבֿים, צװישן זײ — בערך אַ טױזנט ייִדן.

אין 1905 איז די שטאָט שױן געװען אַ סך גרעסער, אַרום זיבן טױזנט נפֿשות, בתוכם פֿיר טױזנט ייִדן, וואָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט האַנדל און אינדוסטריע. אין דער שטאָט האָט מען אױסגעפֿאַרטיקט ציגל און לעדערנע סחורה. די ייִדן האָבן געהאַלטן כּלערלײ קראָמען און געשעפֿטן, צװישן זײ אַ ביכער־קראָם, אַ דרוקערײַ, אַ פּאָר אַפּטײקן.

דער ערשטער טײל פֿונעם בוך איז כּולל אַ היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער איבערזיכט פֿון ליעפּליע און די שכנישע שטעטלעך טשאַשניק (דאָס געבורטס־אָרט פֿון ש. אַנ־סקי) און אושאָץ. דער היסטאָריקער קאָנסטאַנטין קאַפּענקין דערצײלט װעגן דעם ייִדישן לעבן אין ליעפּליע צװישן די יאָרן 1840–1941, און אין טשאַשניק בעת דער סאָװעטישער תּקופֿה פֿאַר דער מלחמה. די געשיכטע איז געװען אַ גאַנץ טיפּישע: די סאָװעטישע מאַכט האָט פֿאַרמאַכט די שילן און געװאָלט אױסוואָרצלען רעליגיע, בעת די אָרטיקע ייִדן, דער עיקר, עלטערע־לײַט, האָבן זיך געסטאַרעט, אָן אַ גרויסן דערפֿאָלג, אָפּצוהיטן די רעשטלעך ייִדישקײט. די דאָזיקע פֿאָרשונגען זײַנען װערטפֿול דערפֿאַר, װאָס זײ פֿאַרמאָגן אַ סך פֿאַקטן, דאָקומענטן און פֿאָטאָס, װאָס העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטײן די פּראַקטישע פּאָליטישע סאָװעטיזירונג פֿון די אַמאָליקע שטעטלעך.

דער עטנאָגראַפֿישער טײל באַהאַנדלט ניט דעם עבֿר, נאָר דעם הײַנט. דער פּראָיעקט פֿון „ספֿר‟ שטעלן פֿאַר זיך די אױפֿגאַבע צו פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַ זכר אין דער אַמאָליקער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז פֿאַרבליבן אינעם זכּרון פֿון די הײַנטיקע תּושבֿים פֿון װײַסרוסישע שטעט און שטעטלעך. קודם־כּל, האָט מען בדעה צו אַנטפּלעקן סטערעאָטיפּן, װאָס זײַנען אײַנגעװאָרצלט אין זײער באַװוּסטזײַן, דערקלערט דער מאָסקװער פֿאָלקלאָריסט אַלעקסאַנדר מאָראָז. יעדע קולטור פֿורעמט אױס אַ געװיסע אַלגעמײנע געשטאַלט פֿון אַ „פֿרעמדן‟, װאָס האָט אַנדערע מינהגים, השׂגות און געדאַנקען.

אײנער פֿון די סאַמע פֿאַרשפּרײטע קריסטלעכע סטערעאָטיפּן װעגן ייִדן איז דער „בלוט־בילבול‟, אַ גלױבעניש, אַז ייִדן נײטיקן זיך אין בלוט פֿון קריסטן צו באַקן מצות. הײַנט האָט דאָס דאָזיקע גלױבעניש אַ טאָפּלטע פֿונקציע. פֿון אײן זײַט, האָבן אײניקע קריסטן אַ חשד, אַז די ייִדן נוצן טאַקע יאָ בלוט פֿון לעבעדיקע מענטשן, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען ספֿיקות און מע לאַכט פֿון די דאָזיקע זאַבאָבאָנעס. אײניקע מענטשן קומען צו אַ פּשרה: זײ האַלטן, אַז ייִדן נוצן יאָ בלוט, אָבער צוליב דעם דאַרפֿן זײ ניט הרגענען לעבעדיקע מענטשן. בכלל מצות פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אינעם הײַנטיקן קאָלעקטיװן זכּרון פֿון דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג װי אַ סימבאָלישער ייִדישער מאכל.