(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַן אַנדער גלױבעניש, װאָס איז עד־היום פֿאַרשפּרײט צװישן קריסטן, האָט צו טאָן מיטן כּלומרשטן ייִדישן ריח, װאָס מען קאָן ניט פּטור װערן פֿון אים. אײניקע זאָגן, אַז פֿון ייִדן „שטיקט מיטן טײַװל‟. אײניקע גלױבענישן, װאָס מען האָט אַ מאָל געהאַלטן פֿאַר רײן אמת, זײַנען מיט דער צײַט מגולגל געװאָרן אין מעשׂיות פֿאַר קינדער. אַזױ, למשל, דערצײלט מען די מעשׂה װעגן דעם טײַװל מיטן נאָמען „כאַפּון‟, װאָס פֿלעגט כּלומרשט אַרױסכאַפּן אַ ייִד פֿונעם כּהל, װאָס האָט געדאַװנט יום־כּיפּור אין דער שיל. אין ליעפּליע געדענקען אײניקע עלטערע קריסטן די דאָזיקע מעשׂה, װאָס זײ האָבן געהערט קינדװײַז, אָבער זײ גלייבן ניט אין איר.
הײַנט װױנען אין ליעפּליע בלױז געצײלטע ייִדן, װאָס זײַנען געבױרן געװאָרן נאָך דער מלחמה. אײן פֿרױ דערמאָנט זיך װי אירע עלטערן, װאָס זײַנען געקומען צוריק נאָכן חורבן, האָבן געפּרוּװט אױפֿצושטעלן אַ ייִדיש לעבן אין דער שטאָט. מען האָט געהאַט אַ מנין, װאָס האָט געדאַװנט אין פּריװאַטע שטיבער, געפּראַװעט פּסח און געבאַקן מצות. אַפֿילו די ייִדן, װאָס האָבן שפּעטער חתונה געהאַט מיט קריסטן, האָבן געפּרוּװט אָפּהיטן אײניקע ייִדישע מינהגים, געקאָכט ייִדישע מאכלים.
דער צװײטער טײל פֿונעם פֿאָרשערישן פּראָיעקט איז געװידמעט די ייִדישע בית־עלמינס פֿון װײַסרוסישע שטעטלעך. אױף אײניקע פֿון זײ האָט מען נאָך דער מלחמה אױפֿגעשטעלט דענקמעלער פֿאַר די קרבנות פֿונעם חורבן. װי עס פֿלעגט זיך ניט זעלטן טרעפֿן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָט די סאָװעטישע מאַכט ניט דערלאָזט קײן ייִדישע סימבאָלן און אַפֿילו דאָס װאָרט „ייִדן‟ אויפֿן דענקמאָל. אױף דעם מאָנומענט אינעם דאָרף קאַמיען זעט מען גאַנץ קלאָר, אַז דאָס װאָרט, „ייִדן‟ איז אָפּגעריבן געװאָרן אױפֿן דענקמאָל־שטײן, און דער מגן־דוד איז איבערגעמאַכט אין אַ סאָװעטישן פֿינף־עקיקן שטערן.
הײַנט צו טאָג זײַנען די ייִדישע בית־עלמינס פֿאַרבליבן די אײנציקע מאַטעריעלע עדותן פֿון דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע אין די װײַסרוסישע שטעט. זײ זײַנען פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשידענע לעגענדעס און גלױבענישן. דװקא יענע מינהגים, װאָס האָבן צו טאָן מיט קבֿורה און טױט, פֿאַרבלײַבן לענגער אינעם קאָלעקטיוון זכּרון. אײניקע בית־עלמינס װערן גוט אָפּגעהיט — קודם־כּל, אַ דאַנק די קינדער און אײניקלעך, װאָס קומען פֿון פֿאַרשידענע ערטער אױף קבֿר־אָבֿות, בעת אַנדערע װערן בהדרגה צעפֿאַלן. דערפֿאַר איז די פֿאָרשונג און באַשרײַבונג פֿון אַלע פֿאַרבליבענע בית־עלמינס אַ װיכטיקער טײל פֿון דער ייִדישער היסטאָרישער פֿאָרשונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.