אין וואַרשע האָב איך באַקומען אַ מתּנה פֿונעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟: אַ רעקאָרדירונג, אַרויסגעגעבן מיט אַ יאָר צוריק פֿון דער זינגערין אָלאַ בילינסקאַ. דאָס קאָמפּאַקטל הייסט „בעריאָזקעלע‟ [“Berjozkele”] מיטן אונטערקעפּל „ייִדישע וויגלידער‟. אין איר אַרײַנפֿיר צו דער רעקאָרדירונג שרײַבט זי, אַז „וויגלידער זענען אַ מוזיקאַלישער וועגווײַזער צו דעם מענטשנס אונטערבאַוווּסטזײַן און פֿונקציאָנירט ווי אַ גרענעץ צווישן וואַכקייט און חלום; אַ נסיעה אַרײַן אין דער וועלט פֿון קינדהייט, וואָס איז פֿול מיט אירע מוראס, אימאַזשן און סעלעקטיווע זכרונות.‟
ווי מע פֿאַרשטייט פֿון דעם, האָט די זינגערין נישט סתּם געוואָלט פֿאָרשטעלן אַלטע ייִדישע שול־ און פֿאָלקסלידער, נאָר האָט מיט די לידער געוואָלט אַרײַן אינעם מוח און אַרויסרופֿן בײַם צוהערער געפֿילן, וואָס מע וואָלט געוויינטלעך נישט געטראַכט, אַז זיי פּאַסן צום וויגליד. אַזוי ווי עס האַנדלט זיך וועגן חלומות, געהערט די באַשרײַבונג צו „סוררעאַליזם‟. איר ציל איז נישט מע זאָל מיטזינגען אָדער מיטפּאַטשן — לויט אירע אַראַנזשירונגען איז דאָס נישט מעגלעך, נאָר איבערלעבן די חלום־שטימונג, וואָס זי שאַפֿט דורך קלאַנגען.
פּראָפֿעסאָר מאַריאַן פֿוקס שרײַבט אינעם באַגלייט־ביכל, אַז די וויגליד־טראַדיציע אויף ייִדיש האָט אינספּירירט די שאַפֿונגען סײַ בײַ די פּאָעטן, סײַ בײַ די קלאַסישע מוזיקער. עס איז באַקאַנט, אַז אינעם ייִדישן וויגליד רעדט די מאַמע נישט בלויז צום קינד, נאָר אויך צו זיך אַליין, און רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן. איינס פֿון די לידער וואָס בילינסקאַ זינגט — פֿון ה. לייוויק, און לייבו לעווין — איז אַ גוטער משל פֿונעם וויגליד פֿאַר דערוואַקסענע:
לייג דײַן קאָפּ אויף מײַנע קני
גוט אַזוי צו ליגן
קינדער שלאָפֿן אײַן אַליין
גרויסע דאַרף מען וויגן
בילינסקאַ איז נישט בלויז די זינגערין, נאָר אויך די הויפּט־מוזיקערין. איר שפּילן אויף פֿאַרשיידענע עלעקטראָנישע אינסטרומענטן, ווי דער „סינטעסײַזער‟ און „מוג־פֿוגער‟ שטעלן מיט זיך פֿאָר די הויפּט־קלאַנגען אויף דער רעקאָרדירונג און שאַפֿן דאָס געפֿיל בײַם צוהערער, אַז ער איז האַלב־וואַך, האַלב פֿאַרשלאָפֿן. די אינסטרומענטן און קלאַנגען, אַגבֿ, זענען געווען זייער פֿאַרשפּרייט אין די 1970ער יאָרן אין דער פּאָפּולערער ראָקמוזיק פֿון אַמעריקע, וועט די מוזיק אויך אַרויסרופֿן געפֿילן פֿון נאָסטאַלגיע בײַ מענטשן פֿון מײַן דור, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין יענע יאָרן.
אין גאָלדפֿאַדענס ליד „שלאָף מײַן פֿייגעלע‟ הערט זיך אַ שוואַכע באַגלייטונג צום קול, און דאָס ליד וואַרפֿט אָן אַ פּחד מיט זײַן שטימונג; אין תּוך, ווערט גאָלדפֿאַדענס ליד מגולגל אין אַ חורבן־ליד, פֿול מיט מורא און שרעק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.