(די 2 טע זײַט פֿון 2)
נישט אַלע לידער זענען וויגלידער. מיכל געלבאַרטס „אַ מיידעלע, אַ ייִנגעלע, לאָמיר אַלע גייען טאַנצן‟, איז אַ טאַנץ־ליד, וואָס מע פֿלעגט זינגען אין אַלע פֿאָלקשולן. קיין מער „קינדערישע‟ ווערטער אין אַ ליד וועט מען נישט געפֿינען. דאָך, אין בילינסקאַס נוסח, ווערט דאָס אויס קינדערליד, עס ווערט אַ מעדיטאַטיוו, כּמעט היפּנאָטיש ליד מיט אַ שטאַרקן ריטעם. מע ווערט פֿאַרכּישופֿט פֿונעם ליד. צוויי קורצע אינסטרומענטאַלע נומערן, „בין־השמשות‟ און „דער טאַנץ‟, ניצט בילינסקאַ ווי אַן אַרײַנפֿיר אָדער אויסברייטערונג צו די לידער און דעם פֿאַרחלומדיקן געפֿיל. די מוזיקער, וועלכע העלפֿן איר צו, זענען: קאַספּער שראָדער, מיקאָלײַ טראַזשאָקאַ און רפֿאל ראָגינסקי. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דער „צונויפֿמישער‟ פֿון די לידער אין סטודיאָ, מיכאל קופּיטש, האָט שווער געאַרבעט מיט דער זינגערין, ביז מען איז געווען צופֿרידן מיט די שטימונג־קלאַנגען.
איך וויל נישט מע זאָל מיינען, אַז אַלע לידער זענען פֿול מיט שרעק. די קלאַנגען פֿון די עלעקטראָנישע אינסטרומענטן דערמאָנען אויך אין קאָסמאָס, און איך שטעל זיך פֿאָר, אַז קינדער וואָלטן געקענט מיט זייער כּוח־הדמיון אַוועקפֿליִען אין די הימלען, צו ווײַטע פּלאַנעטן, זיך צוהערנדיק צו די לידער. בײַם ליד „ווער זינגט עס דאָרט?‟ (ווערטער פֿון זוסמאַן סעגאַלאָוויטש) ניצט מען געוויסע קלאַנג־עפֿעקטן און בײַם הערן רופֿט עס אַרויס אימאַזשן פֿון מלאכים.
אינעם פֿאָלקלאָר פֿון אַלע פֿעלקער ווערט דער ברונעם פֿאַרבונדן מיט מיסטעריע און כּישוף. אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווייסט מען דעם מאָטיוו, אַ דאַנק פּרצעס דראַמע „בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟. בילינסקאַס אויסטײַטש פֿון איציק פֿעפֿערס ליד „די קרעניצע‟ (מוזיק פֿון ש. פּאָלאָנסקי) שטעלט דעם טראָפּ אויף דעם כּישוף־פֿאָלקלאָר. ס’רובֿ זינגערס זינגען דאָס ליד ווי אַ פֿריילעכס, אָבער בילינסקאַ האָט אין זינען די שטימונג און נישט דעם ריטעם.
ס’איז כּדאַי צו דערמאָנען ווי שיין דאָס קאָמפּאַקטל איז אַרויסגעגעבן געוואָרן, מיט ווערטער אויף ייִדיש מיט ייִדישע אותיות, אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות; איבערגעזעצט אויף ענגליש און פּויליש — פֿיר טעקסטן פֿאַר יעדן ליד. חנעוודיקע צייכענונגען באַשײַנען אויך דאָס קאָמפּאַקטל. בילינסקאַ זינגט קאָרעקט אויף ייִדיש, כאָטש איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דאָס איז נישט איר מאַמע־לשון.
„בעריאָזקעלע‟ פֿון אָלאַ בילינסקאַ איז אַ שטימונג־מוזיק, און באַטראַכט אונדזערע וויגלידער פֿון אַן אָריגינעלן קוקווינקל, וואָס טראָגט אונדז אַוועק צום לאַנד פֿון די חלומות.
מע קען הערן ווי בילינסקאַ זינגט „לייג דײַן קאָפּ‟ בײַ דער וועבזײַט:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.