ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published December 30, 2015, issue of January 22, 2016.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

פּרעמיער נתניהו טעלעפֿאָהירט פּרעזידענט פּוטינען

דער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין האָט טעלעפֿאָניש גערעדט מיטן פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, בנימין נתּניהו. איניצייִרט דעם שמועס האָט נתּניהו — ווי אַ מיטל משפּיע צו זײַן אויף רוסלאַנד, וואָס מישט זיך אַרײַן אין דעם סירישן קריזיס. אויף אַלע טענות ענטפֿערן פּוטין און זײַנע פֿאַרטרעטער, אַז רוסלאַנד נעמט אָנטייל אינעם מצבֿ אין סיריע, כּדי צו באַקעמפֿן די „איסלאַמישע מלוכה‟ און אַנדערע טעראָריסטישע גרופּעס. פּוטין האָט גערופֿן צו אָרגאַניזירן דעם משׂא־ומתּן צווישן די סירישע צדדים אונטערן טיטל פֿון דער „יו־ען‟.

אַ נײַע ספֿר־תּורה פֿאַר דער זשוקאָווקער קהילה

אַ ידיעה פֿון מאָסקווער געגנט — דאָרטן, אין דעם פּרעסטיזשפֿולן דערפֿל זשוקאָווקע, וווּ עס האָט זיך אַנומלט געעפֿנט די ייִדישע קהילה, איז פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכע צערעמאָניע: מע האָט אַרײַנגעטראָגן אין דער שיל אַ נײַע ספר־תּורה, וואָס איז אַ מתּנה פֿון יהודה און רעגינאַ קאַנעווסקי — די באַרימטע מעצענאַטן, וואָס האָבן געשטיצט אַ גרויסע צאָל ייִדישע קולטורעלע פּראָיעקטן. די צערעמאָניע האָט זיך אָנגעהויבן מיט אָנשרײַבן די לעצטע אותיות אין דער ספֿר־תּורה, טענץ מיט איר אונטער דער חופּה, און אַחרון־אַחרון־חבֿיבֿ — אַ באַנקעט.

ביראָבידזשאַנער דעלעגאַציע קומט קיין מאָסקווע

פֿון רעכטס: אַלכּסנדר לעווינטאַל, ר׳ בערל לאַזאַר און ר׳ אליהו ריס
פֿון רעכטס: אַלכּסנדר לעווינטאַל, ר׳ בערל לאַזאַר און ר׳ אליהו ריס

צו די אַנדערע נײַעס: קיין מאָסקווע איז אָנגעקומען אַ דעלעגאַציע פֿון ביראָבידזשאַן — דער גובערנאַטאָר פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, אַלכּסנדר לעווינטאַל, און דער הויפּט־רב פֿון דער געגנט — אליהו ריס. זיי האָבן זיך באַגעגנט מיטן הויפּט־רב פֿונעם רוסלענדישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַרן און אַרומגערעדט די לאַגע פֿון דער ייִדישער קהילה אין ביראָבידזשאַן. לעווינטאַל האָט גערעדט, קודם־כּל, וועגן דערגרייכונגען אין דער מאַטעריעלער ספֿערע: די ייִדישע קהילה האָט באַקומען אַ שטח צו בויען אַ כּשרן רעסטאָראַן; מע פּלאַנירט צו בויען אויך אַ ייִדישן קינדער־גאָרטן און אַ מיקווה, און מע האָט אויך בדעה צו עפֿענען אַ טאָלעראַנץ־מוזיי, ווי אין מאָסקווע.