דעם 24סטן דעצעמבער האָב איך אָפּגעמערקט ניטלנאַכט אױפֿן סטערעאָטיפּישן אַמעריקאַנער־ייִדישן שטײגער: כ׳האָב געגעסן װעטשערע אין אַ כינעזישן רעסטאָראַן.
„בודאַ־באָדײַ‟, װאָס געפֿינט זיך אין מאָלבערי־סטריט אױף דער איסט־סײַד (אין „טשײַנעטאַון“), איז נישט סתּם אַ כינעזישער רעסטאָראַן, נאָר אױך אַ כּשרער און אַ װעגעטאַרישער. דאָרטן האָב איך זיך גוט אָנגעגעסן מיט טעם־גן־עדנדיקע מאכלים, פֿול מיט פֿרישע גרינסן, טאָפֿו און פֿאַרשידענע פֿאַלשע (װעגאַנישע) פֿלײשן, װאָס מע מאַכט אױפֿן אָרט.
אין „פֿאָרװערטס“ דרוקן זיך װײניק רעצענזיעס פֿון רעסטאָראַנען, איבער עטלעכע טעמים. ערשטנס, זענען אונדזערע לײענערס צעזײט און צעשפּרײט איבער דער גאַנצער װעלט, און אַ רעצענזיע איבער אַ רעסטאָראַן אין מעלבורן װאָלט גאָרנישט געהאָלפֿן דעם לײענער אין פּאַריז. צװײטנס, האַלט מען נישט אַלע מאָל די זעלביקע מדרגה כּשרות. אָבער אין דעם פֿאַל, װען סע רעדט זיך װעגן אַ כּשרן װעגעטאַרישן (כּמעט אין גאַנצן װעגאַנישן) רעסטאָראַן אין מאַנהעטן, װאָס אַ סך פֿון אונדזערע לײענערס קענען זיך גרינג אַרײַנכאַפּן אַהין, איז כּדאַי איבערצוגעבן אַ פּאָר הױכפּונקטן פֿונעם מעניו. און אַזױ װי ס׳איז מיר אױסגעקומען צו עסן דאָרטן נישט װײניקער װי פֿיר מאָל אין די פֿאַרגאַנגענע צװײ װאָכן(!), קען איך טאַקע באַשטעטיקן װאָס סע שמעקט מיר (און מײַנע חבֿרים), און װאָס נישט.
אײדער איך גײ אַרײַן אין דעם ענין מאכלים, דאַרף איך נאָר קלאָר מאַכן אײן זאַך: מײַן רעצענזיע איז נאָר שײך צו דעם ספּעציפֿישן „בודאַ־באָדײַ“. פֿאַראַן אַ צװײטער רעסטאָראַן מיטן זעלביקן נאָמען אױף מאַט־סטריט, נישט װײַט פֿונעם ערשטן. בײדע האָבן אַן ענלעכע עסטעטיק, און אַפֿילו דער מעניו איז מער־װײניקער דער זעלביקער. װײַזט אױס, אַז דאָס זענען נישט קײן פֿיליאַלן פֿון אײן רעסטאָראַן, נאָר צװײ קאָנקורירנדיקע געשעפֿטן. אױפֿן װעבזײַטל פֿונעם צװײטן רעסטאָראַן אױף מאַט־סטריט, שטײט געשריבן, אַז דװקא ער איז „דער אָריגינעלער ’בודאַ־באָדײַ‘“ פֿון 2004, און אַז ער איז „נישט אַסאָציִיִרט מיט קײן אַנדערע רעסטאָראַנען“.
לױט קענט דזשאַנג, דעם אײגנטימער פֿונעם רעסטאָראַן אױף מאָלבערי־סטריט, איז דאָס נישט דער גאַנצער אמת. חבֿר דזשאַנג און זײַן שותּף האָבן געגרינדעט אַ װעגעטאַרישן רעסטאָראַן (דעם אָריגינעלן „בודאַ־באָדײַ“) אין די 1990ער יאָרן אין קיו־גאַרדענס, קװינס. דעמאָלט איז אים אײַנגעפֿאַלן צו באַצאָלן אַ שטענדיקן משגיח, אַז די פֿרומע ייִדן זאָלן דאָרטן אויך קענען עסן. (בײַם דערקלערן אונדז דעם אײַנפֿאַל צו קריגן אַ השגחה, האָט ער זיך אַרױסגעכאַפּט מיט אַ „ברוך־השם!“ מיט דער ריכטיקער הבֿרה.) ביז הײַנט קומט אַרײַן אין 77 מאָלבערי־סטריט אַ משגיח, װאָס איז בודק די גרינסן יעדן אינדערפֿרי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.