(די 2 טע זײַט פֿון 2)
מיט דער צײַט האָט חבֿר דזשאַנג געעפֿנט אַ צװײטן רעסטאָראַן אין „טשײַנעטאַון“, טאַקע אױף 5 מאַט־סטריט. נאָך צען יאָר איז אים די אַרענדע אױסגעגאַנגען, און נישט קוקנדיק אױף דזשאַנגס גרױסער הצלחה (צי אפֿשר דערפֿאַר…) האָט אים דער בעל־הבית נישט געװאָלט באַנײַען די אַרענדע. אױפֿן זעלביקן פּלאַץ האָט דער בעל־הבית אַלײן איבערגענומען דזשאַנגס רעסטאָראַן, מיט זײַן נאָמען און מעניו, און געמאַכט דעם אָנשטעל, אַז דאָס איז טאַקע דער אָריגינאַל. אין 2014 האָט חבֿר דזשאַנג אינקאָרפּאָרירט דאָס איצטיקע געשעפֿט אױף מאָלבערי־סטריט.
צװישן מײַנע באַליבטסטע מאכלים איז דאָס פּאָפּולערע פֿירגעריכט „באַרבעקיו־פֿלײש“, אַ טעלער מיט פֿאַלשן חזיר־פֿלײש אין אַ זיסן באַרבעקיו־סאָוס, ממש אָפּצולעקן די פֿינגער. יעדער מין פֿלײש, פֿון רינדערן ביז הינדל־פֿלײש, האָט זײער אַ רעאַליסטישע פֿלײשיקע פֿאַקטור, כאָטש זײ זענען געמאַכט פֿון סאָיע, װײצענעם גלוטען און שװעמלעך. דאָס „סימסום־הינדל“, װאָס מע קען אױך באַשטעלן נישט־געפּרעגלט, איז געקאָכט אין אַ שײנעם ברױנלעכן סאָוס און װערט סערװירט אױף אַ טעלערל בראָקאָלי. איך רעקאָמענדיר שטאַרק די געפּאַרעטע (נישט די געבאַקענע) פֿלײשיקע בולקעלעך, װאָס זענען אַזױ װײך, אַז זײ צעגײען זיך אין מױל.
װער סע האָט ליב פֿרישע גרינסן, אָבער לאַװ־דװקא פֿאַלש פֿלײש, זאָל באַשטעלן די געפּאַרעטע זשערעכע־קנײדלעך (watercress dumplings), װאָס האָבן אַ מילדן געזאַלצענעם טעם און זענען זײער געשמאַק מיט סאָיע־סאָוס אָדער שאַרפֿן בױמל. כינעזער עסן בדרך־כּלל נישט קײן דעסערטן בײַם סוף פֿון אַ מאָלצײַט, אָבער די װאָס דאַרפֿן עפּעס זיס, זאָלן כאָטש פֿאַרזוכן דעם אוניקאַלן מאַנגאָ־פּודינג און װעגאַנישן קעזקוכן. די מערסטע מאכלים זענען אָדער גענוג גרױס, אָדער האָבן גענוג שטיקלעך, אַז אַ גאַנצע גרופּע קען באַשטעלן עטלעכע גענג און זיך טײלן מיט זײ.
די גרױסע רונדע טישן אין „בודאַ־באָדײַ“ זענען צוגעמאָסטן פֿאַר משפּחות און גרופּעס, װאָס זוכן אַ הײמישע סבֿיבֿה, װוּ מע קען זיך גרינג צוהערן אײנער צום צװײטן. די סאַרװערס און סאַרװערינס זענען פֿרײַנדלעך, און דערלאַנגען אַ האַרציקן „תּודה־רבה“ און „לילה־טובֿ“ בײַם געזעגענען זיך מיט זײערע ייִדישע געסט. װען איך גײ אַהין אַ פֿינפֿט מאָל, װעל איך זײ בלי־נדר אױסלערנען אַ פּאָר אױסדרוקן אױף מאַמע־לשון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.