מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק איז אין דעם „רוזוועלט האָטעל‟ אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען אַן אונטערנעמונג, וואָס אויפֿן ערשטן בליק זעט עס אויס אַ ביסל מאָדנע. אַ ישׂראל־צײַטונג, בשותּפֿות מיט דער „נײַער ישׂראל־פֿונדאַציע‟ (NIF), אָרגאַניזירט קאָנפֿערענצן אין צוויי אַמעריקאַנער שטעט; דאָס ערשטע, אין פּאַלאָ אַלטאָ, אין האַרץ פֿון „סיליקאָן־וואַלי‟, און דערנאָך אין ניו־יאָרק. מאַי טעמא, צוליב וואָס? צו וואָס דאַרף מען, אַז אַ צײַטונג פֿון ישׂראל זאָל אַריבער דעם אָקעאַן און האַקן אַ טשײַניק מכּוח די פּראָבלעמען אין מיטל־מיזרח? עס פֿעלן דען אויס אַמעריקאַנער רעסורסן זיך צו פֿאַרטיפֿן אין די דאָרטיקע פּראָבלעמען?
איינע אַ באַרימטע „האָרץ‟־קאָרעספּאָנדענטקע האָט מיר אויף דער קאָנפֿערענץ דערציילט, אַז דער עיקר ליגט אין דעם אמתדיקן ווילן פֿון עמוס שוקן (שאָקען), דער „האָרץ‟־פֿאַרלעגער, צו לאָזן וויסן די אַמעריקאַנער וועגן דעם שווערן מצבֿ פֿון דער ישׂראל־דעמאָקראַטיע. ער וויל וואָרענען די מענטשן אין אַמעריקע, וואָס גיבן זיך אָפּ מיט ישׂראל־זאַכן, אַז „אָן אַ הסכּם מיט די פּאַלעסטינער, און אונטער נתניהוס דעמאַגאָגישער פֿירערשאַפֿט, גייט ישׂראלס צוקונפֿט טיף אין דער ערד‟.
די צײַטונג „האָרץ‟ עקזיסטירט שוין אַ הונדערט יאָר, די עלטסטע טאָג־צײַטונג אין ישׂראל, געגרינדעט דורך דעם געשעפֿטסמאַן זלמן שוקן, אַ דײַטשער ייִד (עמוס׳ זיידע). זי דעפֿינירט זיך ווי אַ ליבעראַל־ציוניסטישע צײַטונג, דאָס הייסט, אַז די רעדאַקציע פֿאָלגט נאָך דער ליניע פֿון שטיצן ישׂראל ווי אַ „ייִדישע און דעמאָקראַטישע מדינה‟, און גלײַכצײַטיק שטעלט זי זיך שטאַרק אַנטקעגן די ישׂראל־קאָלאָניעס אויפֿן מערבֿ־ברעג. אָט דער צווייטער אַספּעקט האָט געגעבן דער צײַטונג אַ שם פֿון אַ לינק־געשטימטער פּובליקאַציע. היסטאָריש אָבער, זינט איר גרינדונג, האַלט „האָרץ‟ אָן אַ פּראָ־קאַפּיטאַליסטישע ליניע, וואָס שטעלט זיך שאַרף אַנטקעגן די „יוניאָנס‟.
אָט די ליניע האָט מען געקאָנט באַמערקן אויף איינעם פֿון די פּאַנעלן, וואָס האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט סאָציאַלע זאַכן. באַטיטלט „דאָס שאַפֿן אַ נײַעם ווירטשאַפֿטלעכן מוסטער פֿאַר ישׂראל: וואָס קען מען טאָן?‟, האָט דער פּאַנעל אַרײַנגענומען ראַנדי ווײַנגאַרטן, די פּרעזידענטין פֿון דער אַמעריקאַנער פֿעדעראַציע פֿון לערערס (AFLCIO). וואָס איז מאָדנע לגבי דער דאָזיקער יוניאָן־אַקטיוויסטקע?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.