די ערשטע טעג פֿון יאַנואַר זענען אין רוסלאַנד טראַדיציאָנעל ניט רײַך מיט געשעענישן; דאָס רובֿ אָרגאַניזאַציעס, בתוכם אויך אַ סך ייִדישע, זענען נאָך אויף די נײַיאָריקע וואַקאַציעס, און דאָס רובֿ מענטשן אַרבעטן ניט.
דאָס נײַע יאָר איז די פּאַסיקסטע צײַט אונטערציִען דעם סך־הכּל צום פֿאַרגאַנגענעם יאָר. אויף דער ייִדישער גאַס איז עס פֿאַרבונדן, קודם־כּל, מיטן עולה זײַן קיין ישראל. די „סוכנות‟ האָט געמאָלדן, אַז די צאָל עולים אין 2015 איז געווען די גרעסטע פֿאַר די לעצטע 12 יאָר. דאָס רובֿ עולים זענען געקומען פֿון פֿראַנקרײַך, אויפֿן 2טן אָרט — אוקראַיִנע, און רוסלאַנד איז אויף דעם 3טן. פֿון רוסלאַנד האָבן הײַיאָר עולה געווען 6,600 מענטשן, וואָס איז אויף 40% מער ווי אין 2014. פֿון רוסלאַנד איז אויך געקומען דער עלטסטער עולה, אַ פֿרוי פֿון 97 יאָר אַלט.
דעם סך־הכּל פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט אויך געמאַכט דער פֿאָרום „טוריסטישע מאַרשרוטן 2016‟, וואָס אין אים האָבן אָנטייל גענומען די פֿאַרטרעטער פֿונעם פֿליפֿעלד „דאָמאָדיעדאָוואָ‟, פֿון אַוויאַציע־קאָמפּאַניעס און פֿון טוריסטישע אַגענצן. די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס איז דער אַלגעמיינער שטראָם פֿון די רוסלענדישע טוריסטן געפֿאַלן, און די איינציקע ריכטונג, וואָס ציט נאָך צו די מענטשן, איז ישׂראל. די צאָל פֿון רוסלענדישע בירגער, וואָס האָבן באַזוכט ישׂראל דאָס יאָר, איז געשטיגן אויף 6% (מעגלעך צוליב דעם, וואָס די רוסישע בירגער דאַרפֿן ניט האָבן קיין וויזע, אַרײַנצופֿאָרן קיין ישראל). אין דעם קומענדיקן יאָר פּלאַנירן די אַוויאַציע־קאָמפּאַניעס צו עפֿענען נאָך 11 פֿליִען קיין תּל־אָבֿיבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.