(די 2 טע זײַט פֿון 2)
„בן אורי‟ האָט צוגעצױגן אַ היפּשע צאָל לעבעדיקע קאָלירפֿרולע פּערזענלעכקײטן, װי משה עובֿד. אַן אַנדערע בולטע פֿיגור איז געװען יעקבֿ־מאיר זאַלקינד, אַן אַמאָליקער ישיבֿה־בחור פֿון ווײַסרוסלאַנד, װאָס האָט שטודירט פֿילאָסאָפֿיע, געשיכטע, עקאָנאָמיע און פֿילאָלאָגיע אין דײַטשלאַנד און דער שװײץ. אַ שטיקל צײַט האָט ער געדינט װי אַ רבֿ אין קאַרדיף, אָבער לאַנג האָט ער זיך אין װײלז ניט געהאַלטן און איז אַריבער קײן לאָנדאָן.
אין „בן אורי‟ האָט זאַלקינד געהאַלטן רעפֿעראַטן אױף כּלערלײ טעמעס, פֿון אַראַבישער קונסט ביז דער געשיכטע פֿון ייִדישן דרוק. אַ פֿרומער ייִד, האָט ער אַ צײַט רעדאַגירט די אַנאַרכיסטישע צײַטונג „דער אַרבעטער פֿרײַנד‟ און אָרגאַניזירט אַנאַרכיסטישע קאָלאָניעס אין ארץ־ישׂראל. בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה איז ער געװאָרן פֿאַרטאָן אין קאַמף קעגן רעקרוטירן רוסישע ייִדן אין דער בריטישער אַרמײ; אָבער זײַן גרעסטער חלום איז געװען אַרױסצוגעבן אַ פֿולע איבערזעצונג פֿון דער גמרא אױף ייִדיש, װאָס איז מקוים געװאָרן נאָר טײלװײַז. זאַלקינד איז געשטאָרבן אין ביטערן דלות אין חיפֿה אין 1937.
די ערשטע לאָנדאָנער גרופּע ייִדישע קינסטלער איז געװען די „װײַטשעפּעל באָיז‟. קינדער פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשע אימיגראַנטן, האָבן זיי באַקומען זײערע קינסטלערישע בילדונג אין דער לאָנדאָנער שול „סלײד‟ ערבֿ דער ערשטער װעלט–מלחמה: דוד באָמבערג, מאַרק גערטלער, יצחק ראָזנפֿעלד. זײ האָבן אַרױסגעשטעלט זײערע װערק אין „װײַטשעפּל־גאַלעריע‟, װאָס איז געװאָרן דער קינסטלערישער צענטער פֿון דער לאָנדאָנער ייִדישער געגנט „איסט ענד‟. אַ גרױסע צאָל זײערע װערק געפֿינט זיך איצט אין דער זאַמלונג פֿון „בן אורי‟, צװישן זײ גערטלערס מײַסטערװערק „קאַרוסעל‟ (מערי־גאָו־ראַונד), „אַ מעטאַפֿאָר פֿאַרן משוגעת פֿון דער מלחמה‟, ווי ס‘האָט עס אָנגערופֿן דער ענגלישער קונסט־היסטאָריקער ריטשאַרד קאָרק.
אויב די ערשטע װעלט־מלחמה איז געװען אַ טיפֿע טראַװמע פֿאַרן ערשטן דור לאָנדאָנער ייִדישע קינסטלער, איז דער חורבן פֿון דער צװײטער מלחמה פֿאַרבליבן עד־היום פֿאַרקריצט אינעם קינסטלערישן כּוח־הדמיון פֿון דער ענגלישער ייִדישער קונסט. דערצו נאָך זײַנען אַ היפּשע צאָל פּליטים, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן סוף־1930ער יאָרן פֿון דײַטשלאַנד און עסטרײַך, אינטערנירט געװאָרן דורך דער בריטישער רעגירונג אין לאַגערן און תּפֿיסות. „די דאָזיקע דערפֿאַרונג האָט גורם געװען ביז גאָר עפֿעמערישע קונסטפֿאָרמען‟, שרײַבן רחל דיקסאָן און שׂרה מעקדוגל אין זײער קאַפּיטל „געצװוּנגענע רײַזעס‟. מען האָט געמאַכט קונסטװערק פֿון שטיקלעך ברױט, קאַשע, מיסט. אַ סך קינסטלער, װאָס האָבן זיך קונה־שם געװען אין דײַטשלאַנד נאָך פֿאַר היטלערן, זײַנען ניט געװען בכּוח גובֿר צו זײַן די טראַװמע פֿון ביטערן גלות־ענגלאַנד און זײערע נעמען זײַנען פֿאַרשװוּנדן געװאָרן פֿון דער קונסט־געשיכטע.
הײַנט פֿאַרמאָגט „בן אורי‟ שטיצער, װאָס העלפֿן אײַנצוקױפֿן װיכטיקע װערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קונסט. די קונסט־קוראַטאָרין קעטרין פּירען דערקלערט די װיזיע פֿונעם מוזײ: „דער ענין פֿון אידענטיטעט איז תּמיד געװען דער עיקרדיקער פּרינציפּ פֿון ‘בן אורי’, אָנהײבנדיק פֿון די סאַמע ערשטע זוכענישן נאָך דער אײגנטימלעכער ייִדישער קונסט, װאָס איז במילא פֿאַרקניפּט מיטן ענין פֿון ייִדישקײט.‟ צװישן די לעצטע קניות זײַנען די װערק פֿון חיים סוטין, דוד באָמבערג און יצחק ראָזנפֿעלד. יעדעס יאָר מאַכט דער מוזײ אױסשטעלונגען, װאָס אַנטפּלעקן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון מאָדערנער ייִדישער קונסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.