(די 2 טע זײַט פֿון 3)
NPH איז כאַראַקטעריזירט דורך דרײַ סימפּטאָמען: 1) דער גאַנג איז אַ שטײַפֿער און מע שאַרט מיט די פֿיס מיט קליינטשיקע טריטעלעך (זעט דעם ווידעאָ אונטן), 2) מע קען נישט געדענקען ווערטער אָדער ציפֿערן, אַפֿילו 10 סעקונדעס נאָכן הערן אָדער זען זיי, און 3) מע קען נישט אײַנהאַלטן די השתּנה; מע דאַרף פּלוצלינג לויפֿן אין וואַשצימער, אָבער צוליב די קליינע טריט, באַווײַזט מען נישט אָנצוקומען בײַצײַטנס.
און אָט זעט איר ווי דער פּאַציענט גייט נאָרמאַל, נאָכן באַקומען דעם שונט אין מוח:
אַ שטודיע לעצטנס האָט געוויזן, אַז 700,000 עלטערע אַמעריקאַנער האָבן NPH, אָבער ווייניקער ווי 20% קריגן דעם ריכטיקן דיאַגנאָז, גיט איבער די „וואַסערקאָפּ־אַסאָציאַציע‟ (Hydrocephalus Association). נאָך מער שאָקירנדיק: צווישן די בערך 5.2 מיליאָן מענטשן, וואָס מע האָט זיי געשטעלט אַ דיאַגנאָז פֿון עובֿר־בטלדיקייט, האָבן 10% פֿון זיי NPH; דאָס הייסט, ווען מע וואָלט זיי געמאַכט די מוח־אָפּעראַציע, וואָלטן זיי, אין ס׳רובֿ פֿאַלן, פּטור געוואָרן פֿון די סימפּטאָמען און געקענט ווידער פֿירן אַ נאָרמאַל לעבן.
„ס׳איז אַ סקאַנדאַל, וואָס אַזוי ווייניק דאָקטוירים ווייסן וועגן דעם,‟ האָט באַמערקט חנה שאַכנער, אַ לאַנג־יאָריקע ייִדיש־לערערין, וואָס האָט לעצטנס פֿיגורירט אין דעם „פֿאָרווערטס‟־ווידעאָ, „טשיקאַווע מענטשן‟ און האָט אויך באַקומען דעם דיאַגנאָז פֿון NPH. „צווישן 2005 און 2007 האָב איך געליטן פֿון אַ סך געזונט־פּראָבלעמען, און צווישן זיי — די קלאַסישע סימפּטאָמען פֿון NPH, אָבער קיינער האָט עס נישט אַנטדעקט, ביז מע האָט געמאַכט אַ רענטגען־טאָמאָגראַפֿיע (CT scan) פֿון מײַנע סינוסן, און באַמערקט, אַז די פֿעדערשטע ווענטריקלען אין מוח זענען געשוואָלן,‟ האָט חנה געזאָגט. מע האָט איר אײַנגעפֿלאַנצט אַ שונט אין מוח, און די סימפּטאָמען זענען אַוועק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.