(די 3 טע זײַט פֿון 3)
זינט דעמאָלט האָט חנה געהערט פֿון אַ צאָל פֿאַלן פֿון מענטשן, וואָס האָבן יאָרן לאַנג געליטן פֿון NPH, אָבער קיין דאָקטער האָט נישט אָנגעוויזן דעם ריכטיקן דיאַגנאָז.
„ס׳איז טאַקע אַ פּראָבלעם,‟ האָט ד״ר מאַרווין סאָסמאַן, אַן אַקטיווער מיטגליד אין דער „וואַסערקאָפּ־אַסאָציאַציע‟, וואָס וווינט אין מיאַמי, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „איך אַליין קען אַ צאָל אָנגעזעענע מענטשן, וואָס האָבן יאָרן לאַנג נישט געוווּסט, אַז זיי האָבן די קרענק ווי, למשל, באַב פֿאַולער, אַ פֿאָרזיצער פֿון אַ נאַפֿט־פֿירמע, און ד״ר האַראָלד קאָן, אַ וועלט־באַרימטער לעבער־ספּעציאַליסט. איך האָב זיך געטראָפֿן מיט ד״ר קאָן אין 2005 אויף אַ קאָנפֿערענץ וועגן ,NPH אָרגאַניזירט פֿון דער נאַציאָנאַלער געזונט־אינסטיטוט, האָט ער מיר געזאָגט: ׳איך בין נישט געקומען אַהער ווי אַ דאָקטער, נאָר ווי אַ פּאַציענט׳.‟
אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס שטעלן די משפּחה־דאָקטוירים און געריאַטריקער אַזוי זעלטן אַ דיאַגנאָז פֿון NPH, האָט סאָסמאַן דערקלערט, אַז ערשטנס, זאָגן נישט די פּאַציענטן תּמיד דעם דאָקטער, אַז זיי האָבן אַלע דרײַ סימפּטאָמען, און צווייטנס, אַפֿילו ווען אַ פּאַציענט זאָגט עס יאָ, קאָן דער דאָקטער זיך נאָך אַלץ משער זײַן, אַז דאָס איז פּשוט אַ רעזולטאַט פֿונעם עלטער ווערן. דער איינציקער אופֿן ווי מע קען וויסן אויף זיכער, אַז דער פּאַציענט לײַדט דערפֿון, איז אויב די רענטגען־טאָמאָגראַפֿיע ווײַזט, אַז די ווענטריקלען זענען געשוואָלן.
ס׳איז אויך אמת, אַז אַ משפּחה־דאָקטער אָדער געריאַטריקער האָט זייער ווייניק צײַט בעת אַן אונטערזוכונג צו וויסן פּונקט וואָס ס׳איז דער מער מיטן פּאַציענט, און דערפֿאַר זאָגט וויליאַמס זיי תּמיד אָן אַזוי: שיקט די פּאַציענטן מיט אַזוינע סימפּטאָמען צו אַ נעווראָלאָג אָדער נעווראָ־כירורג, וועלן זיי שוין אַליין וויסן ווי צו שטעלן דעם דיאַגנאָז.
פֿאַר וואָס אָבער שטעלן אַפֿילו די נעווראָלאָגן אָפֿט מאָל נישט אַזאַ דיאַגנאָז? ד״ר מײַקל וויליאַמס, דער דירעקטאָר פֿון אַן NPH-אָפּטייל אינעם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט אין סיִאַטל, זאָגט, אַז אַ טייל נעווראָלאָגן — בפֿרט די עלטערע — זענען סקעפּטיש, צי ס׳איז טאַקע דאָ אַזאַ קרענק אָדער צי אַ שונט וועט העלפֿן.
„NPH איז אַנטדעקט געוואָרן אין די 1960ער יאָרן ווען די שונטן זענען נאָך נישט געווען סאָפֿיסטיצירט, און דערפֿאַר האָבן זיך דעמאָלט אָפֿט באַוויזן קאָמפּליקאַציעס בײַ די פּאַציענטן, וואָס מע האָט זיי אײַנגעפֿלאַצט אַ שונט,‟ האָט וויליאַמס געזאָגט. „אָבער הײַנט איז די טעכנאָלאָגיע אַזוי אַוואַנסירט, אַז ס׳רובֿ מענטשן מיט אַ שונט גייען יאָרן לאַנג אַרום, אָן שום פּראָבלעם, און די קוואַליטעט פֿון זייער לעבן איז אַזוי פֿיל בעסער, ווי ס׳איז געווען פֿאַר דער אײַנפֿלאַצונג.‟
דאָס אײַנפֿלאַנצן אַ שונט איז נישט בלויז אַ מיטל צו פֿאַרבעסערן דעם פּאַציענטס לעבן; עס שפּאָרט אויך צווישן 80,000 און 100,000 דאָלאַר אַ יאָר, האָט ד״ר סאָסמאַן באַטאָנט.
דעם 16טן יאַונאַר וועט די „וואַסערקאָפּ־אַסאָציאַציע‟ אָפּהאַלטן אַ ספּעציעלן קורס פֿאַר דאָקטוירים אין גרינוויל, צפֿון־קאַראָלײַנע, ווי אַזוי צו דערקענען און באַהאַנדלען NPH, און פּלאַנירט אויך אַנדערע קורסן פֿאַר פּאַציענטן איבערן לאַנד. דערווײַל אַרבעטן די פֿאָרשער אין ד״ר וויליאַמס׳ אָפּטייל אויף פֿאַרשידענע פּראָיעקטן, כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין די קראַנקייט. „האָפֿנטלעך וועלן מיר מיט דער צײַט אַפֿילו אַנטוויקלען אַ פּיל קעגן דעם,‟ האָט ד״ר וויליאַמס געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.