(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/1150)
דעם 10טן יאַנואַר, איז מיר אויסגעקומען זיך באַטייליקן אין אַ קאָנפֿערענץ, דורכגעפֿירט אין ירושלים, אין „יד־ושם‟, אויף דער טעמע „מער סאָוועטיש אָדער מער ייִדיש? ייִדישע אידענטיטעטן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה‟.
זייער אַ סך איז שוין געווען אָנגעשריבן און געזאָגט וועגן דעם, ווי אַזוי די צווייטע וועלט־מלחמה האָט געביטן דעם אידעאָלאָגישן פּרצוף פֿון די סאָוועטישע ייִדן. בדרך־כּלל, גייט די רייד וועגן דעם, אַז די געשעענישן פֿון יענער צײַט האָבן כּלומרשט „אויפֿגעוועקט‟ די ייִדן און, ווי אַ פּועל־יוצא, זײַנען זיי געוואָרן „מער ייִדן‟ איידער זיי זײַנען געווען פֿאַר דער מלחמה; און אין לעצטן סך־הכּל האָט עס געשאַפֿן די עמיגראַציע־כוואַליע פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַזאַ נאַראַטיוו איז פּאָפּולער, בפֿרט נאָך, אַז ער קלינגט לאָגיש.
מע קען ניט זאָגן, אַז די אָנהענגער פֿון אָט דער ברייט פֿאַרשפּרייטער טעאָריע האָבן אַ ממשותדיקן דאָקומענטאַלן יסוד, אויף וועלכן זיי קענען זיך אָנשפּאַרן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז ס’איז בכלל ניט קלאָר, ווי אַזוי אָפּצושאַצן אַזעלכע זאַכן; ווי אַזוי קען מען אויסמעסטן, אַ שטייגער, אַז אָט דער יחיד איז געווען אַ ייִד נאָר אויף 17 פּראָצענט פֿאַר דער מלחמה און איז געווען ממש אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר נאָך דער מלחמה?
מיר דאַכט זיך, אַז אָט די טעאָריע וועגן דער שטאַרק ווערנדיקער ייִדישקייט אין יענע יאָרן, איז אויפֿגעבויט געוואָרן, דער עיקר, אויף עפּעס אַ שׂכל־הישר; און איך בין לחלוטין ניט זיכער, צי זי — די דאָזיקע טעאָריע — שפּיגלט אָפּ די רעאַלקייט. פֿאַר וואָס בין איך סקעפּטיש? קודם־כּל, טראַכט איך וועגן מײַן אייגענער משפּחה. מײַנע עלטערן (איך רעד שוין ניט וועגן דער באָבען און דעם זיידן), מײַנע מומעס און פֿעטערס, אַנדערע קרובֿים און פֿרײַנד פֿונעם עלטערן דור זײַנען תּמיד, ניט בלויז נאָך דער מלחמה, געווען „פֿולע‟ ייִדן.
ס’איז פּשוט ניט געווען אין זייער וועלט־אויפֿנעמונג קיין ליידיקער רוים, וועלכן די מלחמה זאָל קענען אָנפֿילן מיט נאָך עפּעס אַ צוגאָב־ייִדישקייט. וואָס האָט יאָ די מלחמה געבראַכט אין זייער באַוווּסטזײַן, איז דווקא מער סאָוועטישקייט. די מענער, דער גרעסטער טייל פֿון זיי, זײַנען פֿון דער אַרמיי געקומען מער איבערגעגעבן דעם רעזשים. זיי זײַנען געוואָרן זיכערער אין זיך, ווײַל זייערע פֿיס זײַנען פֿעסט געשטאַנען אויף דער ערד, פֿאַר וועלכער זיי האָבן פֿאַרגאָסן, צי לכל־הפּחות זײַנען געווען גרייט צו פֿאַרגיסן, זייער בלוט. די פֿרויען האָבן זיך געגרויסט מיט די מענער זייערע, וואָס האָבן פֿאַרטיידיקט דאָס פֿאָטערלאַנד — דאָס סאָוועטישע פֿאָטערלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.