(די 2 טע זײַט פֿון 2)
מיר איז שווערער צו רעדן וועגן די מער אָדער אַפֿילו אין גאַנצן אַסימילירטע ייִדן, בפֿרט פֿון מאָסקווע און לענינגראַד. כ’בין ניט געוואַקסן אין זייער סבֿיבֿה און קען ניט פֿון אינעווייניק אָפּשאַצן זייער באַוווּסטזײַן. אָבער איך האָב זיך אָנגעלייענט מיט זכרונות, בריוו און טאָג־ביכער, אָנגעשריבן דורך מענטשן פֿון אָט די קרײַזן, אויף רוסיש, פֿאַרשטייט זיך. לעצטנס, זײַנען אַ סך אַזעלכע ביכער אַרויס. אַ שמץ ייִדישקייט טרעפֿט זיך דאָרטן, בדרך־כּלל, ניט זייער אָפֿט; און מע פֿילט ניט, אַז די אויספּרוּוון פֿון די מלחמה־יאָרן האָבן זיי באמת „פֿאַרייִדישט‟.
אין דער זעלבער צײַט, טאָר מען ניט זאָגן, אַז די ייִדישע טראַגעדיע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, פֿונעם חורבן, האָט ניט איבערגעלאָזט קיין שום שפּור אין דער סאָוועטיש־ייִדישער געזעלשאַפֿט; אָבער געשען איז עס, געוויינטלעך, שפּעטער און ניט דירעקט. צו מאָל האָט עס אַ שטאַרקערע השפּעה געהאַט אויף דעם ייִנגערן דור, וועלכער האָט זיך געפֿילט אַנדערש אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט איידער זייערע עלטערן. נאָך דער מלחמה האָט דאָך דער אַנטיסעמיטיזם פֿאַרנומען אַ מער אָנגעזעען אָרט אין דעם סאָוועטישן לעבן, און דאָס האָט די ייִדן געמאַכט פֿילעוודיקער צו די ספּעציפֿישע ייִדישע פּראָבלעמען און ווייטיקן — סײַ הײַנטיקע, סײַ היסטאָרישע.
מיט דער פּראָגראַם פֿון דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ קען מען זיך באַקענען אין אינטערנעץ — //www.yadvashem.org/yv/en/about/institute/pdf/2016/january-10-2016.pdf. אָרגאַניזירט האָט זי אַרקאַדי זעלצער, וואָס פֿירט אָן מיטן צענטער פֿאַר פֿאָרשן די געשיכטע פֿון סאָוועטישע ייִדן בעת דעם חורבן.
איך האָב גערעדט וועגן דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, וועלכע, ווי איך טענה, איז געווען, אין אַ געוויסן זין, אַזאַ ווי די סבֿיבֿה, אין וועלכער איך בין אויסגעוואַקסן. דאָס מיינט, אַז זייער ייִדישקייט איז געווען גענוג שטאַרק זי זאָל ניט דאַרפֿן ווערן „נאָך מער ייִדישער‟. מער סאָוועטישער איז זי, בלי־ספֿק, געוואָרן אין יענע יאָרן, בעת און גלײַך נאָך דער מלחמה, אָבער אין קורצן האָט זיך זייער סאָוועטישקייט אַ שאָקל געטאָן. געשען איז דער בײַט, ווען עס האָבן זיך אָנגעהויבן די רדיפֿות. אַ סיגנאַל, וועלכער איז תּחילת געווען ניט זייער קלאָר, אַז די אַנטי־ייִדישע רדיפֿות הייבן זיך אָן, איז געקומען מיט 68 יאָר צוריק, דעם 13טן יאַנואַר 1948, ווען ס’איז אומגעבראַכט געוואָרן שלמה מיכאָעלס, די וויכטיקסטע פֿיגור אין סאָוועטיש־ייִדישן לעבן פֿון יענער צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.