אין משך פֿון די לעצטע דרײַ־פֿיר צענדליק יאָר האָט זיך געשאַפֿן אַ היפּשער קאָרפּוס פֿון פֿאָרשונגען און אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישע מחברינס. מען קאָן שױן זיכער זאָגן, אַז עס איז דאָ אַ לעבעדיקע און רײַכע בראַנזשע אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע, װאָס מע קאָן אָנרופֿן „פֿרױען־ליטעראַטור‟. אַ ניצלעכער איבערזיכט פֿון אָט דעם קאָלעקטיװן אױפֿטו אױף ענגליש געפֿינט מען אין דעם אַרײַנפֿיר־קאַפּיטל פֿונעם זאַמלבוך „מחברטעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟, װאָס איז אַרױס אונטער דער רעדאַקציע פֿון ראָזמאַרי האָראָװיץ.
די אַרטיקלען אינעם בוך באַהאַנדלען דרײַצן ייִדישע שרײַבערינס און דיכטערינס. אײניקע, װי למשל, לילי בעס, זײַנען כּמעט װי ניט באַקאַנט, בעת אַנדערע, װי אַנאַ מאַרגאָלין און ציליע דראַפּקין, פֿאַרנעמען שױן לאַנג אַ חשובֿ אָרט אינעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן. אײגנטלעך, איז דער ענין פֿון קאַנאָן זײער װיכטיק פֿאַר די וויכּוחים אַרום פֿרױען אין דער ייִדישער ליטעראַטור. די װאָגיקע סעריע פֿון זאַכלעכע אַנטאָלאָגישע זאַמלונגען, װאָס זײַנען אַרױס אױף ענגליש אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר האָבן אַנטדעקט אַ היפּשע צאָל װערק, װאָס זײַנען ביז דעמאָלט פֿאַרבליבן װײניק באַקאַנט.
אַזױ אַרום, באַטאָנט האָראָװיץ אין איר הקדמה, האָבן די דאָזיקע פּובליקאַציעס „ניט נאָר פֿאַרברײטערט דעם ייִדישן קאַנאָן אין איבערזעצונגען [אױף ענגליש], נאָר אױך באַװירקט די ליטעראַטור־געשיכטע‟. אין תּוך האַלט מען אין אײן שאַפֿן אַ נײַעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן, װאָס באַשטײט פֿון איבערזעצונגען און ניט פֿון אָריגינאַלן. און מען דערקלערט עס אַזױ: „היות װי דאָס קענטעניש פֿון ייִדיש גײט אונטער צװישן װעלטלעכע רעדנער, װערן די ענגלישע איבערזעצונגען אַלץ װיכטיקער פֿאַר די הײַנטיקע לײענער, װאָס װילן האָבן צוטריט צו דער ייִדישער ליטעראַטור‟.
הײַנט קאָן מען שױן רעדן װעגן עטלעכע ייִדישע ליטעראַטורן, װאָס האָבן גאַנץ פֿאַרשײדענע באַשטאַנדן. אײניקע מחברים, װאָס פֿאַרנעמען אַ בולט אָרט אין ייִדיש, װי למשל, זלמן שניאור, ה. ד. נאָמבערג, אָדער דוד איגנאַטאָװ, זײַנען פּראַקטיש אומבאַקאַנט דעם ענגלישן לײענער. אַנדערע, און בפֿרט אײניקע פֿרױען, איז זײער שװער צו געפֿינען אױף ייִדיש, אָבער גאַנץ לײַכט אױף ענגליש. טשיקאַװע איז דער קאַנאָנישער סטאַטוס פֿון יצחק באַשעװיס: אײניקע װערק זײַנע, װי למשל, דער ראָמאַן „שׂונאים‟, זײַנען פּאָפּולער אױף ענגליש, אָבער לגמרי ניט פֿאַראַן אין דער בוכפֿאָרעם אױף ייִדיש.
ייִדיש איז ניט קײן גרױסער יוצא־דופֿן אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע שפּראַכן. אַזאַ מין חילוק צװישן די װערק, װאָס זײַנען פּאָפּולער אינעם מקור און קוים באַקאַנט אין איבערזעצונגען, בפֿרט אױף ענגליש, איז פֿאַראַן אין אַנדערע ליטעראַטורן אױך. פֿון דעסטװעגן, איז ייִדיש יחיד־במינו, װײַל אײדער מע לערנט זיך לײענען אױף דער שפּראַך, באַקענט מען זיך שוין מיט אָט דער ליטעראַטור אױף ענגליש. און דער ענגלישער „קאַנאָן‟ באַװירקט טאַקע סײַ דעם לײענערישן געשמאַק, סײַ זײער השׂגה פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.