די אונגערישע פֿאָלקמוזיק־גרופּע „מוזיקאַזש‟ האָט אין יאָר 1992 אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטל „מאַרמאָרעש: די פֿאַרלוירענע ייִדישע מוזיק פֿון זימבערג [טראַנסילוואַניע]‟, וואָס האָט זיך פֿאַרקויפֿט אין די טויזנטער — אַ נשקשהדיקער אויפֿטו פֿאַר קלעזמער־מוזיק.
כּדי דאָס צו טאָן, איז די נישט־ייִדישע גרופּע אַרומגעפֿאָרן אין די דערפֿער און געפֿונען אַלטע ציגײַנער, וועלכע האָבן געדענקט די ייִדישע קלעזמערישע שטיקלעך פֿון דער מאַרמאָרישער געגנט. ווי באַקאַנט, האָבן ציגײַנער און אַנדערע נישט־ייִדישע מוזיקער — רומענער, אוקראַיִנער, פּאָליאַקן — אָפֿט זיך באַטייליקט אין ייִדישע קאַפּעליעס, ווען דער אויפֿטריט האָט געפֿאָדערט אַ גרעסערע קאַפּעליע. ס’איז געווען אַ פֿאַרשפּרייטער פֿענאָמען, פּונקט ווי נישט־ייִדישע גרופּעס האָבן אָפֿט געבעטן בײַ די ייִדישע מוזיקער זיי זאָלן מיטשפּילן.
אין 2007 האָט אַ מאַנשאַפֿט פֿון רומענישע עטנאָמוזיקאָלאָגן געהאַט אַן ענלעכן געדאַנק און איז געקומען אינעם שטעטל באָטאָשאַן, מאָלדאָווישער טייל פֿון לאַנד, און געפֿרעגט בײַ די אַלטע דאָרטיקע נישט־ייִדישע מוזיקער, וואָס זיי געדענקען פֿון די אַמאָליקע ייִדישע קלעזמאָרים און זיי רעקאָרדירט. אין 2007 איז אַרויס אין רומעניע דאָס קאָמפּאַקטל מיט די פֿעלד־רעקאָרדירונגען, „יום־טובֿדיקע מוזיק פֿון די ייִדן אין דער באָטאָשאַנער געגנט‟ [Festive Musics Of the Jews From the Botosani Region]. קיין קלעזמאָרים הערט מען נישט אויפֿן קאָמפּאַקטל, נאָר די פּראָפֿעסיאָנעלע רומענישע מוזיקער („לעוטאַר‟) און די ציגײַנער. דערצו הערט מען די נײַע אַראַנזשירונגען פֿון די מעלאָדיעס, געשפּילט פֿון אַ רומענישן פֿידלער קאָנסטאַנטין לופּו און זײַן גרופּע יונגע רומענישע מוזיקער.
די פֿאָרשער פֿאַרשטייען אַליין, אַז זייער אַרבעט באַשטייט פֿון אַ רעקאָנסטרויִרונג, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער צווייטער האַנט. אָבער, זעט אויס, זיי זענען געווען צופֿרידן מיט דעם. ווען די מוזיקאָלאָגן האָבן געפֿרעגט די אָרטיקע מוזיקער, צי זיי געדענקען ייִדישע ניגונים, האָבן זיי תּיכּף זיך דערמאָנט, און אויסגעטײַטשט דעם סטיל. זיי האָבן בײַ זיי אויך געפֿרעגט, ווי אַזוי די ייִדן האָבן פֿיזיש געשפּילט, ווי אַזוי זיי זענען געשטאַנען, צי זיי האָבן געטאַנצט צי געזונגען דערבײַ? די רעקאָרדירונגען האָט מען דערנאָך געבראַכט צו די עלטערע גויים אין שטעטל און בײַ זיי געפֿרעגט, צי זיי דערקענען עפּעס פֿון אַמאָל. בײַ אַ טייל שטיקלעך האָבן זיי צוגעשאָקלט אויף „יאָ‟, און בײַ אַן אַנדער טייל — „ניין‟; בלויז די שטיקלעך, וואָס מע האָט דערקענט, האָט מען אַרײַנגענומען אין דער זאַמלונג אויפֿן קאָמפּאַקטל.
די פֿאָרשער האָבן, אָבער, מיט דעם נישט אָפּגעשטעלט זייער זוכעניש פֿאַר אויטענטישקייט. זיי האָבן געשפּילט די באַקאַנטע רעקאָרדירונגען פֿונעם בוקעווינער פֿידלער לעאָן שוואַרץ (אַ תּושבֿ פֿון קווינס נאָכן חורבן) פֿאַר די זעלבע עלטערע לײַט אין באָטאָשאַן, און געפֿרעגט בײַ זיי, צי זײַן פֿידל שפּילן האָט געקלונגען ייִדישלעך. האָבן זיי געענטפֿערט — ניין, שוואַרצעס שפּילן קלינגט אונדז פֿרעמד. פֿון דעם האָבן די פֿאָרשער געדרונגען, אַז דער סטיל פֿון פֿידל־שפּילן בײַ ייִדן האָט זיך געקענט בײַטן פֿון אָרט צו אָרט. צי דאָס איז געווען די ריכטיקע השערה בלײַבט אַ גרויסער ספֿק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.