(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די אַלע ניגונים און שטיקלעך וואָס מען האָט פֿאַרשריבן אין באָטאָשאַן האָט מען קאַטאַלאָגירט אין דריי טיילן לויט די אָנווײַזונגען פֿון ד״ר זאבֿ פֿעלדמאַן. דער ערשטער טייל באַשטייט פֿון מעלאָדיעס, וואָס מע האָט בלויז געשפּילט פֿאַר ייִדן (דער „קערן־רעפּערטואַר”). דער צווייטער טייל באַשטייט פֿון מעלאָדיעס וואָס סײַ די ייִדן, סײַ די נישט־ייִדן האָבן געשפּילט — די האָראַס, קאָלאָמייקעס, סערבאַס. אין דעם אָפּטייל איז פֿאַראַן נאָך אַ טייל וואָס ווערט באַצייכנט ווי דעם נאַציאָנאַלן רעפּערטואַר. דאָס זענען געווען אַלטע רומענישע מעלאָדיעס און לידער פֿון אָנהייב 19טן יאָרהונדטערט. די ייִדישע דוינע געפֿינט מען אין דער קאַטעגאָריע — אַ זשאַנער וואָס מע האָט תּמיד געשפּילט סײַ אויף חתונות, סײַ פֿאַר הויכע רעגירונג־באַאַמטע. פֿון אַזוינע מעלאָדיעס, שרײַבט מען אין קאָמפּאַקטל האַלטן אַלע עטנישע גרופּעס אין רומעניע.
אָבער צום באַדויערן באַשרײַבט מען דאָס מיט אַ נאַציאָנאַליסטישן טאָן:
„די ייִדישע צוגעבונדנקייט צום נאַציאָנאַלן רעפּערטואַר קען מען אויסטײַטשן ווי אַ סימבאָלישן באַווײַז, אַז די ייִדן פֿון רומעניע האָבן אַרויסגעוויזן גרויס אַחדות מיטן גאַנצן רומענישן לאַנד און שטאַט‟. וואָס אַן אמת, די ייִדישע ליטעראַטן, ווי מאַנגער, האָבן זיך פֿאַרליבט אין רומעניע, איר פּייסאַזש און פֿאָלקלאָר; אָבער די דאָזיקע פּערספּעקטיוו פּאַסט זיך נישט אַרײַן אין אַ כּלומרשט וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט.
דער דריטער טייל באַשטייט פֿונעם „קאָסמאָפּאָליטישן רעפּערטואַר‟ — פּאָלקעס, וואַלצן, מאַזורקעס, שטיקלעך פֿון אָפּערעס. בסך־הכּל, האָט מען רעקאָרדירט 60 ניגונים, וואָס מע האָט זיי געהאַלטן פֿאַר עכטער ייִדישער מוזיק פֿון באָטאָשאַן.
אָבער די רעקאָרדירונגען האָט מען געהאַלטן פֿאַר צו פּשוט און רוי, האָט מען געבעטן דעם פֿידלער קאָנסטאַנטין לופּו, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן צווישן די רומענישע לעוטאַרן, ער זאָל איבערשפּילן די אַלע שטיקלעך מיט זײַן קאַפּעליע, און סײַ דאָס, סײַ די פֿעלד־רעקאָרדירונגען אַרײַנגענומען אין דער נײַער רעקאָרדירונג.
און די מוזיק אַליין, ווי קלינגט זי? מע האָט טאַקע שטאַרק הנאה פֿון דער מוזיק, אָבער זי קלינגט ווי אַ רומענישע און ציגײַנערישע פֿאָלקמוזיק, נאָר נישט ווי קיין ייִדישע. די ייִדישע קרעכצן און אָרנאַמענטאַציע הערט מען אין גאַנצן נישט. דאָ און דאָרט דערקענט מען אַ מעלאָדיע — דעם ניגון „רד הלילה‟, רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווערס „דודעלע‟, „לאָמיר באַגריסן‟, אָבער מע האָט זיי „פֿאַררומעניעזירט‟. אַ שאָד — אַזוי פֿיל מי אַרײַנגעלייגט צו געפֿינען די ייִדישע מוזיק פֿון באָטאָשאַן, אָבער דער צוהערער ווערט נישט איבערצײַגט, אַז מע האָט זי געפֿונען.
צו הערן ווי קאָנסטאַנטין לופּו שפּילט אַ ניגון פֿון דער רעקאָרדירונג, גיט אַ קוועטש אויף:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.