עס שאַפֿט זיך בײַ מיר אַן אײַנדרוק (איך האָף, אַז ניט קיין ריכטיקער), אַז איך בין שיִער ניט דער איינציקער, אָדער לכל־הפּחות איינער פֿון די איינציקע, וועמען עס אינטערעסירט נאָך דאָס לעבן און די טעטיקייט פֿון ברוך טשאַרני וולאַדעק.
וועגן וולאַדעקן האָב איך שוין געשריבן אין יאָר 2006 (//yiddish2.forward.com/node/31) און אין יאָר 2011 (//yiddish2.forward.com/node/3438). און איצט קער איך זיך אום דער דאָזיקער טעמע, ווײַל ברוך טשאַרני איז געבוירן געוואָרן דעם 13טן יאַנואַר 1886, דאָס הייסט מיט פּונקט 130 יאָר צוריק. בײַ דער צײַט פֿון זײַן פּלוצימדיקן טויט דעם 30סטן אָקטאָבער 1938 (פֿריִער אין דעם טאָג האָט ער ווי, שטענדיק, געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון „פֿאָרווערטס‟), איז ער געווען ברייט באַקאַנט און באַליבט, בפֿרט אין ניו־יאָרק.
וולאַדעקס לוויה, דעם 2טן נאָוועמבער 1938 (ער איז געווען אין גאַנצן 52 יאָר אַלט), איז געוואָרן, ווי דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געשריבן, „די גרעסטע ייִדישע טרויער־צערעמאָניע וואָס ניו־יאָרק האָט ווען געזען‟. לויט פֿאַרשיידענע אָפּשאַצונגען, האָבן אין איר אַזוי אָדער אַנדערש זיך באַטייליקט ביז אַ מיליאָן מענטשן, מערסטנטייל ייִדן, אָבער אויך ניט־ייִדן. וולאַדעק האָט דאָך געשפּילט אַן אָנגעזעענע ראָלע ווי אַ סאָציאַליסטישער דעפּוטאַט אין דער שטאַט־אַסאַמבלעע און דעם שטאָט־ראָט.
די פּראָצעסיע פֿון בערך 30,000 לײַט איז געגאַנגען פֿון דעם היסטאָרישן בנין פֿון „פֿאָרווערטס‟, אין איסט בראָדוויי, ביז דער 14טער גאַס. בראָש זײַנען געגאַנגען דער דעמאָלטיקער גובערנאַטאָר פֿון דעם שטאַט ניו־יאָרק, הערבערט לעהמאַן (וועמענס פֿאָטער איז געווען איינער פֿון די דרײַ ייִדישע ברידער, וואָס האָבן געהאַט געשאַפֿן די פֿינאַנציעלע פֿירמע Lehman Brothers, וועלכע האָט סענסאַציאָנעל באַנקראָטירט אין 2008), און דער מייאָר פֿון דער שטאָט — פֿיאָרעלאָ לאַ׳גוואַרדיאַ, אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון וולאַדעקן. אין די אַרכיוון האָב איך געזען אַ בריוו, געשריבן דורך לאַ׳גוואַרדיאַ, צו וולאַדעקן, מיט אַ פּאָר ייִדישע ווערטער — דעם מייאָרס מוטער איז דאָך געווען אַ ייִדישע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.