די ידיעה וואָס איז צום ברייטסטן אַרומגערעדט געוואָרן אי אויף דער ייׅדישער גאַס, אי בײַם רוסלענדישן עולם בכלל, איז די דעקלאַראַציע פֿונעם רוסלענדישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין: דינסטיק, דעם 19טן יאַנואַר, האָט ער זיך געטראָפֿן מיט די פֿאַרטרעטער פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, בתוכם דעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟. דעם שמועס וועגן דער לאַגע פֿון ייִדן אין אייראָפּע האָט פּוטין פֿאַרסכהכּלט מיטן פֿאָרלייגן, אַז די אייראָפּעיִשע ייִדן זאָלן אַריבערפֿאָרן קיין רוסלאַנד. „אין די סאָוועטישע צײַטן זענען אַ סך ייִדן אַרויסגעפֿאָרן — זאָלן זיי איצט צוריקקומען,‟ האָט ער געזאָגט. כאָטש ס׳איז פֿאַרשטענדלעך, אַז די רייד גייט וועגן גאָר פֿאַרשיידענע גרופּעס ייִדן, איז די פֿאָרמולירונג וויכטיק. פּוטינס פֿאָרשלאָג באַצייכנט זײַן שטרעבונג צו פֿאַרשטאַרקן די פּאָזיציע פֿון רוסלאַנד אין דער נאָך־סאָוועטישער וועלט, כּדי רוסלאַנד זאָל אויסזען צוציִיק פֿאַר די, וואָס לײַדן פֿון דער נײַער אייראָפּעישער באַרבאַרישקייט. דער ביראָבידזשאַנער גובערנאַטאָר אַלכּסנדר לעווינטאַל האָט אַרויסגעברענגט זײַן גרייטקייט, „אָנצונעמען אַלע ייִדן, וואָס זענען אַוועקגעפֿאָרן אין אַנדערע לענדער צוליב פֿאַרשיידענע אומשטאַנדן‟.
אמת, דער ניוואָ פֿון אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע האָט זיך פֿאַר די לעצטע יאָרן זייער פֿאַרשטאַרקט — און אין רוסלאַנד איז זײַן ניוואָ גאָר נידעריק. אָבער אי אויף דער ייִדישער גאַס אין רוסלאַנד, אי אין ברייטערע רוסישע קרײַזן, אי אין אייראָפּע האָט מען אויפֿגענומען פּוטינס פֿאַרבעטונג ווי בלויז אַ וויץ. אויף דער רוסישער אינטערנעץ האָבן זיך באַוויזן אָן אַ צאָל פּאַראָדיעס און הומאָריסטישע אָפּרופֿן. ייִדן האַלטן אין איין אַוועקפֿאָרן קיין ישׂראל — אי פֿון דער אַנטיסעמיטישער אייראָפּע, אי פֿון רוסלאַנד.
די רעליגיעזע קהילה אין רוסלאַנד, ווי ייִדישע קהילות אין אַלע לענדער, האָט מען געפּראַוועט חמישה־עשׂר בשבֿט. אין די ייִדישע שולן, קינדערגערטנער און אַנדערע אַנשטאַלטן, זענען פֿאָרגעקומען באַזונדערע לעקציעס, וואַרשטאַטן און קאָנצערטן. קינדער האָבן פֿאַרפֿלאַנצט ביימעלעך, געמאַכט דעקאָראַטיווע ביימער מיט זייערע אייגענע הענט און געגעסן פֿײַגן, געטריקנטע פֿרוכטן און ניס. אין דעם וווילטעטיקן צענטער „שערי צדק‟, וואָס העלפֿט די עלטערע ייִדן, איז פֿאָרגעקומען אַ גרויסער קאָנצערט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.