(די 2 טע זײַט פֿון 4)
איינער פֿון די וויכטיקסטע קוואַלן פֿון חמישה־עשׂרדיקע מינהגים איז דער באַקאַנטער קבלה־ספֿר „חמדת־ימים‟, וווּ עס ווערט פּרטימדיק באַשריבן דער ספּעציעלער סדר, וועלכן מע הייבט אָן מיטן רויטן ווײַן און פֿאַרענדיקט מיטן ווײַסן, וואָס סימבאָליזירט די ליכטיקייט פֿונעם געטלעכן עולם־האצילות. דאָס דאָזיקע פֿינף־בענדיקע ווערק גופֿא שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רעטעניש. די ערשטע אויסגאַבע פֿון „חמדת־ימים‟ איז אַרויס אין איזמיר, אינעם יאָר 1731, דורך הרבֿ ישׂראל־יעקבֿ אַלגאַזי. לויט אַלע סימנים, איז דער אַנאָנימער מחבר געווען אַ מעסיקער שבתי־צבֿיניק; אינעם טעקסט געפֿינט זיך אַ רמז אויף נתן העזתי, דער וויכטיקסטער טעאָרעטיקער פֿון שבתי־צבֿיס משיחישער באַוועגונג; ס׳רובֿ פֿאָרשער גלייבן אָבער נישט, אַז ער אַליין האָט עס אָנגעשריבן.
ס׳זעט אויס, אַז „חמדת־ימים‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זאַמלונג פֿון עלטערע קבלה־מאַטעריאַלן, דערפֿאַר איז עס אָנגענומען געוואָרן אין אַ סך פֿרומע קרײַזן ווי אַ הייליקער כּשרער ספֿר. מע דערציילט אויך, אַז אַ געוויסער מקובל האָט מתקן געווען די נשמה פֿונעם מחבר; אַזוי אַרום איז זײַן ווערק אויסגערייניקט געוואָרן פֿונעם סכּנותדיקן שבתי־צבֿינישן גײַסט.
אינעם יאָר 1762 איז אויפֿן סמך פֿון „חמדת־ימים‟ אַרויס אין ווענעדיק אַ באַזונדערער קונטרס, מיטן נאָמען „פּרי עץ הדר‟, וועלכער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מין „הגדה‟, וואָס מע לייענט מיט ספּעציעלע קבלהדיקע כּוונות. בײַ אַן עכטן חמישה־עשׂרדיקן טיש פֿאַרזוכט מען 30 פֿאַרשיידענע מינים פֿרוכטן אין אַ ספּעציעלער אָרדענונג. אויב מע פֿאָלגט אַלע פּרטים פֿון דער דאָזיקער טראַדיציע, קאָן עס אויסזען אַפֿילו שענער און לענגער, ווי דער פּסחדיקער סדר.
די עיקר־כּוונה פֿון דער דאָזיקער קאָפּליצירטער און שיינער עבֿודה באַשטייט אין דעם, וואָס דער מענטש מוז שטרעבן זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם חטא, וועלכן אָדם און חוה זענען באַגאַנגען, ווען זיי האָבן פֿאַרזוכט די פֿאַרבאָטענע פּרי פֿונעם עץ־הדעת, און טועם צו זײַן פֿונעם עץ־חיים, דעם גן־עדנדיקן בוים פֿונעם אייביקן לעבן. כּדי דאָס צו דערגרייכן, באַגלייט מען דעם סדר מיטן לייענען פֿאַרשיידענע אויסצוגן פֿונעם „זוהר‟, וווּ די ביימער דינען ווי טיפֿע סימבאָלן פֿון פֿאַרשיידענע קאָסמישע און רוחניותדיקע מדרגות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.