(די 4 טע זײַט פֿון 4)
דער דאָזיקער מאָטיוו טרעפֿט זיך אין אַ צאָל באַקאַנטע חסידישע ניגונים, אַרײַנגערעכנט דעם באַקאַנטן ניגון פֿונעם קאַלעווער רבין: „וואַלד, וואַלד, ווי גרויס ביסטו, רויז, רויז, ווי שיין ביסטו‟. די רויז איז איינער פֿון די סאַמע פֿאַרשפּרייטסטע סיבמאָלן פֿון דער הייליקער שכינה.
די לעגענדעס וועגן דעם מיסטישן בעל־הבית פֿונעם וואַלד זענען פֿאַרשפּרייט בײַ אַלע אייראָפּעיִשע פֿעלקער. אינעם רוסישן פֿאָלקלאָר ווערט ער באַטראַכט ווי אַן אַמביוואַלענטער כּוח, וואָס קאָן צומאָל פֿאַרפֿירן, אָדער קאָן אויך העלפֿן דעם וואַלד־וואַנדערער. ייִדן, בפֿרט אין ליטע און רײַסן, האָבן אויך געגלייבט אין אַזעלכע באַשעפֿענישן — שרעטעלעך. נחום סטוטשקאָוו ברענגט אין זײַן ייִדישן לעקסיקאָן אַפֿילו אַזאַ ריין־ליטעראַרישן סינאָנים, ווי „ערל־קיניג‟, וואָס שטאַמט פֿון געטעס דײַטשישער פּאָעזיע. בײַ געטע איז אָבער דער אימאַזש פֿונעם „וואַלד־קיניג‟ באַגרינדעט אויף פֿינצטערע גערמאַנישע לעגענדעס, וווּ דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש כאַפּט אַוועק די נשמות בײַ קליינע קינדער.
דער באַקאַנטער העברעיִשער פּאָעט שאול טשערניכאָווסקי האָט באַטיטלט זײַן איבערזעצונג פֿון געטעס ליד „שׂר־היער‟. ס׳איז טשיקאַווע, אַז על־פּי־קבלה טראָגט פּונקט דעם־אָ טיטל זייער אַ גוטער פּערסאָנאַזש, וועלכער היט דווקא אָפּ און ראַטעוועט קליינע קינדער פֿון דער סיטרא־אַחרא — דהײַנו, אליהו הנבֿיא. ס׳זעט אויס, אַז דווקא אויף דעם דאָזיקן מיסטישן וועגווײַזער איז מרמז רבי נחמן אין זײַן מעשׂה.
אַזוי צי אַזוי, איז גרינג צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַזאַ טעכנישע אַגריקולטור־דאַטע, ווי ט״ו־בשבֿט, ווערט בײַ אונדז הײַנט אַסאָציִיִרט מיט טיף מיסטישע ענינים. ווי אַ צוגאָב צום חמישה־עשׂרדיקן סדר, וואָלט אפֿשר געווען כּדאַי אײַנצופֿירן נאָך אַ מינהג — צו דערציילן פֿאַרשיידענע באַטעמטע לעגענדעס פֿון אַרום דער וועלט וועגן ביימער און וועלדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.