אַז מען לעבט, דערלעבט מען: סוף־כּל־סוף, איז אַרױס אױף ענגליש אַ זאַמלונג דערצײלונגען פֿון אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, אײנער פֿון די װיכטיקסטע מחרבים פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור נאָכן חורבן.
זײַן לעבנס־שליחות איז געװען צו פֿאַראײביקן די פֿילפֿאַרביקײט און לעבעדיקײט פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן װילנע. קאַרפּינאָװיטש האָט אַרױסגעגעבן העכער צען ביכער, צװישן זײ — פֿינף זאַמלונגען פֿון מעשׂיות װעגן זײַן הײמשטאָט װילנע, װאָס ער האָט אָנגעשריבן בעתן אַרבעטן װי דער פֿאַרװאַלטער פֿונעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער.
לרובֿ האָבן קאַרפּינאָװיטשעס מעשׂיות אַן ענלעכע סטרוקטור, מיט דרײַ כאַראַקטעריסטישע סימנים. דער הויפּט־העלד איז אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ, װאָס געהערט צו די „נידעריקע‟ שיכטן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער געזעלשאַפֿט, אָפֿט מאָל — דער אונטערװעלט. דער סיפּור־המעשׂה איז געבױט אַרום אַ טשיקאַװן עפּיזאָד, װאָס אַנטפּלעקט דעם כאַראַקטער פֿון דער פּערזענלעכקײט װי אַן עכטער „מענטש‟. און ניט זעלטן פֿיגורירט דאָ אױך אַ באַקאַנטע היסטאָרישע פּערזענלעכקײט פֿון דער „העכערער‟ שיכט, װאָס גיט אָפּ אַ מין כּבֿוד צו דעם פּראָסטן מענטש.
די ענגלישע אױסגאַבע פֿון „װילנע מײַן װילנע‟ (אױף ייִדיש איז דאָס בוך אַרױס אין 1993) איז כּולל פֿופֿצן דערצײלונגען, איבערגעזעצט דורך העלען מינץ און באַגלײט מיט אַ הקדמה פֿון ד״ר דזשאַסטין קאַמי, אַ מומחה אין דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־װילנע‟. קאַמי שטעלט קאַרפּינאָװיטשעס װערק אַרײַן אין דער לאַנגער קולטור־היסטאָרישער טראַדיציע פֿון דער ליטעראַטור װעגן װילנע: „קאַרפּינאָװיטשעס ליטעראַרישע אָפּגעגעבנקײט מיט װילנע נאָך דער מלחמה שטאַמט פֿון זײַן התחײַבֿות צו דעם היסטאָרישן כּוח־הדמיון, װאָס האָט געשאַפֿן אַן אימאַזש פֿון װילנע װי אַ מוסטער פֿון דעם ייִדישן שטאָטישן רױם.‟
װילנע האָט שױן לאַנג פֿאַרנומען אַ ספּעציעלן אָרט אין אָט דעם קאָלעקטיװן ייִדישן כּוח־הדמיון װי די שטאָט פֿון חכמים און געלערנטע, די שטאָט פֿונעם װילנער גאון און פֿון ייִװאָ. דערבײַ האָט קאַרפּונאָװיטש אָפֿט מאָל באַטאָנט, אַז אים אינטערעסירן ניט די באַרימטע אינטעלעקטועלע און רעליגיעזע גדולים. זײַן כּװנה איז אױך ניט געװען צו שילדערן אין זײַנע דערצײלונגען די פּרטים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבנסשטײגער פֿון װילנע. זײַן שעפֿערישער כּוח־המדמה איז פֿאַרכאַפּט געװען מיט כּלערלײ טיפּן, װאָס ער האָט געטראָפֿן אין זײַן יוגנט, װען ער האָט זיך געדרײט אַרום זײַן טאַטנס ייִדישע טעאַטערס. און דערפֿאַר פֿאַרמאָגן זײַנע מעשׂיות דװקא אַ טעאַטראַליש־דראַמאַטישן, צומאָל מעלאָ־דראַמאַטישן טעם.
יעדע דערצײלונג איז אַ קורצע טעאַטער־סקיצע, װאָס קומט פֿאָר כּסדר אין דרױסן, פֿאַר די אױגן פֿונעם עולם. דאָס פּובליקום קאָן מען צעטײלן אין צװײ מינים. מיר, די הײַנטיקע לײענער, באַקוקן די דראַמאַטישע האַנדלונג פֿון דער צײַט־דיסטאַנץ, װאָס איז כראָנאָלאָגיש קירצער װי דאָס דורכשניטלעכע לעבן פֿון אַ מענטשן, אָבער לענגער װי די היסטאָרישע תּקופֿה, װאָס טײלט אונדז אָפּ פֿונעם לעצטן ייִדישן דור פֿון װילנע.
חוץ אונדז איז דאָ אַן אינעװײניקער עולם אין דער מעשׂה גופֿא, װאָס באַטראַכט די געשעענישן און צומאָל מישט זיך אין זײ אַרײַן. דער „סאָליסט‟ שפּילט פֿאַר אָט די בײדע מינים פּובליקום, סײַ פֿאַר זײַנע מיטצײַטלער און סײַ פֿאַר אונדז. אַזאַ מין טעאַטראַלישקײט דערמעגלעכט קאַרפּינאָװיטשן צו פֿאַרשטאַרקן דעם דראַמאַטישן עפֿעקט פֿון זײַן פּראָזע. יעדע זאַמלונג זײַנע איז װי אַ מין סעריע, מיט אַן עפֿענונג און אַ שלוס.
ד״ר קאַמי באַמערקט, אַז קאַרפּינאָװיטשעס שאַפֿונג גײט אַנטקעגן דעם שטראָם פֿון דער װילנע־נאָסטאַלגיע, װאָס װיל אױסמאָלן װילנע װי אַ „קולטורעלע אוטאָפּיע‟. אָבער קאַרפּינאָװיטש טרײַבט אַן אַנדער מין נאָסטאַלגיע, נאָכן אידעאַליזירטן װילנע, װוּ „יעדער פּשוטער אַרבעטער אָדער פֿאַרברעכער איז אַ טײל פֿון דער קהילה‟. און דװקא דער דאָזיקער עפֿעקט װערט דערגרײכט דורך דער בולטער טעאַטראַלישקײט פֿון זײַן פּראָזע. די האַנדלונג פֿון זײַנע מעשׂיות קומט פֿאָר כּסדר אין אָפֿענע ערטער: אױף דער גאַס, אױפֿן מאַרק, אינעם הױף. דאָס װערט באַטאָנט שױן אין די טיטלען פֿון זײַנע זאַמלונגען: „בײַם װילנער דורכהױף‟ (1967), „אױף װילנער גאַסן‟ (1981), „אױף װילנער װעגן‟ (1987).
די דאָזיקע עפֿנטלעכע רױמען שאַפֿן אַ בינע פֿאַר די לעבעדיקע פֿאָרשפּילן, װאָסער ציל איז — װי עס דערקלערט אין איר אַרײַנפֿיר די איבערזעצערין העלען מינץ — „צו דערמעגלעכן די קומעדיקע דורות צו באַגרײַפֿן און אפֿשר אַפֿילו כּמעט איבערלעבן די שײנקײט און די פֿרײד פֿונעם לעבן אין אַמאָליקן װילנע‟. קאַרפּינאָװיטשעס דערצײלער, װאָס צומאָל רעדט מיט זײַן אײגענער שטים אין דעם אָנהײב און צום שלוס פֿון זײַנע ביכער, דערקלערט, אַז מיט זײַן שרײַבן לעבט ער אויף די שאָטנס פֿון די אומגעבראַכטע װילנער ייִדן.
קאַרפּינאָװיטש איז אַ װערטפֿולער און װיכטיקער גליד אין דער „גאָלדענער קײט‟ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס ציט זיך איבער תּקופֿות און שפּראַכן, פֿון י. ל. פּרצן און ש. אַנ־סקין — ביז גריגאָרי קאַנאָװיטש. דאָס איז די טראַדיציע, װאָס האַלט פֿאַר איר שליחות מחיה־מתים צו זײַן די שאָטנס פֿון אַמאָליקע דורות ייִדן דורכן שעפֿערישן ליטעראַרישן װאָרט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.