אַ ייִדיש־באַגעגעניש אין האָנג־קאָנג

A Yiddish Encounter in Hong Kong

בײַם „גרױסן בודאַ“ אין לאַנטאַו: אין אַ נעפּל־טאָג, װען דער מחבר האָט אים באַזוכט (רעכטס), און אין אַ שײנעם טאָג
בײַם „גרױסן בודאַ“ אין לאַנטאַו: אין אַ נעפּל־טאָג, װען דער מחבר האָט אים באַזוכט (רעכטס), און אין אַ שײנעם טאָג

פֿון איציק בלימאַן

Published February 07, 2016, issue of March 04, 2016.

דינסטיק, דעם 26סטן יאַנואַר, האָב איך זיך אומגעקערט פֿון אַ קורצער װאַקאַציע אין האָנג־קאָנג. דאָרטן בין איך אײַנגעשטאַנען בײַ מײַנעם אַ חבֿר, װאָס אַרבעט װי אַ לאַטײַניש־לערער אין אַ פּריװאַטער אינטערנאַציאָנאַלער מיטלשול.

פֿון אײן זײַט איז מײַן באַזוך געװען זײער אַ נישט־געראָטענער: כּמעט יעדן טאָג האָט געמראַקעט אַ דריבנע רעגנדל, װאָס האָט צעשטערט עטלעכע עקסקורסיעס מײַנע. (זעט, למשל, דאָס בילד װאָס איך האָב גענומען לעבן דעם „גרױסן בודאַ“, אַ באַקאַנטע סטאַטוע און טעמפּל אױפֿן אינדזל לאַנטאַו.) איבער דעם שרעקלעכן ניו־יאָרקער שנײ האָט מען אַנולירט מײַן קריקפֿלי אַהײם, האָב איך דעריבער געמוזט פֿאַרברענגען נאָך צװײ טעג מעבֿר־לים און פֿאַרפֿעלן די ערשטע טעג פֿונעם נײַעם זמן אין אוניװערסיטעט. פֿון דער אַנדערער זײַט איז האָנג־קאָנג אַ גרױסער קאָמערציעלער און טוריסטישער צענטער, װאָס פֿאָדערט צװײ װאָכן אָדער מער צו באַזוכן װי געהעריק.

װאָס שײך ייִדיש איז אָבער אין האָנג־קאָנג נישטאָ מיט װאָס זיך צו באַרימען: קײן זומערקורסן קומען דאָרט נישט פֿאָר, קײן ייִדיש־טעאַטער אָדער מוזיק װעט מען דאָרט נישט געפֿינען. אַפֿילו היסטאָריש האָט ייִדיש נישט געשפּילט קײן גרױסע ראָלע, װײַל די װיכטיקסטע ייִדישע אײַנװױנערס (למשל, די גאָר רײַכע משפּחות קאַדורי און סאַסון) האָבן געשטאַמט פֿון איראַק און זענען געװען אַסימילירט אין דער בריטישער קולטור. (ביז 1997 איז האָנג־קאָנג געװען אַ קאָלאָניע פֿון דער בריטישער אימפּעריע.)

קריסטאָפֿער האָטן (לינקס) און דובֿ־בער קערלער (אין סאַמע מיטן),  אָקספֿאָרד, 1980ער יאָרן
Sharon Chazan, from Dov-Ber Kerler's Facebook page
קריסטאָפֿער האָטן (לינקס) און דובֿ־בער קערלער (אין סאַמע מיטן), אָקספֿאָרד, 1980ער יאָרן

מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, נאָך דעם װאָס איך האָב באַשטעלט מײַנע עראָפּלאַן־בילעטן, האָט דער „פֿאָרװערטס“־קאָרעספּאָנדענט לײזער בורקאָ געבעטן, איך זאָל איבערלײענען זײַנע אַן אַרבעט, װאָס ער האָט פֿאָרגעלײענט אױף אַ ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין װאַרשע. אין יענער אַרבעט ברענגט חבֿר בורקאָ אַ ציטאַט פֿון דעם לינגװיסט קריסטאָפֿער האָטן, אַן ענגלענדער װאָס האָט זיך געלערנט ייִדיש אין אָקספֿאָרד און קאָלאָמביע אין די 1980ער יאָרן, און געדרוקט אַ פּאָר פֿײַנע װיסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן איבער דער ייִדישער שפּראַך. װײַזט אױס, אַז דער פּראָפֿעסאָר האָטן װױנט שױן העכער 25 יאָר אין האָנג־קאָנג און לערנט אינעם ענגלישן אָפּטײל פֿון האָנג־קאָנגער אוניװערסיטעט. האָב איך אים צוגעשיקט אַ בליצבריװ, אין װעלכן איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט און געזאָגט אַז איך קום אױף אַ װיזיט קײן האָנג־קאָנג. כאָטש פּראָפֿעסאָר האָטן האָט זיך „מער־װײניקער פּענסיאָנירט פֿון ייִדיש־שטודיעס“ איז ער גערן געװען צו רעדן. מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין אַ קאַפֿע, נישט װײַט פֿון דער מעטראָ־סטאַנציע „שאַנג־װאַן“ אין צענטער שטאָט.

קריסטאָפֿער האָט געקראָגן זײַן ערשטן דיפּלאָם אין מאָדערנע שפּראַכן פֿון אָקספֿאָרד אין 1980. װען ער האָט זיך דערװוּסט װעגן די נײַע ייִדיש־קורסן, װאָס ד״ר דוד כּ״ץ לערנט אין אָקספֿאָרד, האָט ער זיך אױף טשיקאַװעס פֿאַרשריבן. װי אַ נישט־ייִדישער ענגלענדער האָט קריסטאָפֿער נאָך קײן מאָל נישט געהאַט באַגעגנט אַזאַ כאַריזמאַטישן און ענטוזיאַסטישן מענטשן (דוד כּ״ץ), און ער איז באַלד פֿאַרכאַפּט געװאָרן. ד״ר כּ״ץ האָט אים טיפֿער אַרײַנגעצױגן אין דער װעלט פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג. (צװישן די אַנדערע לערערס, װאָס האָבן אים שטאַרק באַגײַסטערט אין יענע יאָרן האָט ער דערמאָנט פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער.)