(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין 1985 האָט ער פֿאַרענדיקט די מאַגיסטער־פּראָגראַם אין לינגװיסטיק און ייִדיש אין קאָלאָמביע. קריסטאָפֿער האָט מיר דערצײלט, אַז צוליב דעם װאָס ער האָט זיך פֿריִער געלערנט אין אָקספֿאָרד בײַ כּ״צן, האָט פּראָפֿעסאָר מיכל הערצאָג געמײנט, אַז קריסטאָפֿער װעט האָבן טענות צו מרדכי שעכטערס צוגאַנג צו ייִדיש. צװישן די הײסטע דעבאַטעס האָט מען דעמאָלט געפֿירט אַ מלחמה איבער דעם ייִדישן אױסלײג: ד״ר שעכטער האָט געשטיצט די ייִװאָ־אָרטאָגראַפֿיע, בשעת ד״ר כּ״ץ האָט פֿאָרמולירט אַ צװײטע „אָקספֿאָרדער סיסטעם“. לױט איר האָט מען געדאַרפֿט ניצן אַ „מחיצה־אַלף“ צװישן דרײַ נאָכאַנאַנדיקע יודן און װאָװן („פּרואװן“ און „שנײאיק“ אַנשטאָט „פּרוּװן“ און „שנײיִק“). דערמאָנענדיק זיך אין יענעם קאַפּיטל פֿון זײַן געשיכטע האָט קריסטאָפֿער אָנגעהױבן צו זינגען אַ פּאַראָדיע פֿון פּרצעס „אַלע ברידער“ (צו דער מעלאָדיע פֿון בעטהאָװענס נײַנטער סימפֿאָניע), װאָס ד״ר כּ״ץ האָט מחבר געװען און געקנעלט מיט זײַנע תּלמידים אין אָקספֿאָרד. אָט זענען די װערטער, װי קריסטאָפֿער געדענקט זײ מיט 25 יאָר שפּעטער:
אַלף, אַלף, אײביקער אַלף,
שטענדיק צװישן װאָװן דרײַ.
אַלף, אַלף, אײביקער אַלף,
שטענדיק בלײַבן מיר דיר געטרײַ.
לאַנג זאָל לעבן דער אײביקער אַלף,
צו אַ פּינטל זאָגן מיר: פֿע!
און דרײַ װאָװן נאָך אַנאַנד,
װעלן מיר שרײַבן חלילה.
די אױסלײג־פּאָליטיק איז קריסטאָפֿערן נישט באמת אָנגעגאַנגען, אָבער צוליב פּראָפֿעסאָר הערצאָגס השערה, אַז זײ װאָלטן נישט אױסגעקומען אײנער מיטן צװײטן, האָט קריסטאָפֿער נישט אַנטװיקלט קײן באַציִונג מיט ד״ר שעכטער (צום גרױסן באַדױערן, זאָגט ער). מיט אַנדערע ניו־יאָרקער ייִדיש־קענערס (דן מירון, בנימין הרשבֿ, רחמיאל פּעלץ, לוציאַן דאָבראָשיצקי, צװישן אַנדערע) האָט ער זיך יאָ באַקענט און פֿון זײ זיך אױסגעלערנט זײער אַ סך. אין 1988 האָט ער געקראָגן זײַן דאָקטאָראַט אין לינגװיסטיק פֿון אָקספֿאָרד, און צװישן 1987 און 1989 איז ער געװען אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון גערמאַניסטיק בײַם טעקסאַסער אוניװערסיטעט אין אָסטין. זינט 1989 װױנט ער שױן אין האָנג־קאָנג, װוּ ער פֿאָרשט שפּראַך און פּאָליטיק. לעצטנס פֿאַרנעמט ער זיך מיט די שפּראַכן, װאָס מע ניצט אין געריכט אין האָנג־קאָנג און כינע (קאָנטאָנעזיש, מאַנדאַרין און ענגליש) און פֿאָרשט די ראָלע פֿון שפּראַך אין אױסטײַטשונגען פֿון די געזעצן. ער האָט בדעה אָנצושרײַבן אַ בוך װעגן דער געשיכטע פֿונעם װאָרט „אַריער“ ביז דער נאַצי־תּקופֿה.
איך האָב פֿאַרבראַכט כּמעט צװײ שעה מיט פּראָפֿעסאָר האָטן. ער האָט מיר געזאָגט, אַז ס’איז נישטאָ אין האָנג־קאָנג מיט װעמען צו רעדן װעגן זײַנע זכרונות פֿון ייִדישן אָקספֿאָרד אָדער קאָלאָמביע. פֿון אײן זײַט האָבן די אַלע פּערזענלעכע סיכסוכים און קאָנפֿליקטן אין דער דעמאָלטיקער ייִדיש־װעלט זײער געשטערט דעם יונגן לינגװיסט, און אפֿשר דערפֿאַר האָט ער זיך צוריקגעצױגן פֿונעם ייִדיש־לימוד. פֿון דער אַנדערער זײַט איז זײַן צופֿעליקע אַנטדעקונג פֿון ייִדיש, װאָס האָט געפֿירט צו עטלעכע יאָר אינטענסיװע שטודיעס, געװען זײער אַ װיכטיקער טײל פֿון זײַן אַנטװיקלונג װי אַ געלערנטער און לינגװיסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.