(די 3 טע זײַט פֿון 3)
אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז דעם 9טן פֿעברואַר אָרגאַניזירט געוואָרן אַן אָפֿענע דעמאָנסטראַציע פֿון גאַלינאַ יעווטושענקאָס פֿילם „לעוו טאָלסטוי און איליאַ גינצבורג: דער טאָפּלטער פּאָרטרעט אינעם אינטעריער פֿון דער תּקופֿה.‟ דער פֿילם דערציילט וועגן די באַציִונגען צווישן די צוויי באַרימטע מענטשן: דעם גרויסן שרײַבער און דעם באַקאַנטן ייִדישן סקולפּטאָר. דער פֿילם ווערט געוויזן אין די ראַמען פֿון דער רעזשיסאָרינס יוביליי.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט:
דער מאָסקווער כּשרות־דעפּאַרטאַמענט באַטייליקט זיך אין דער גרויסער עסנוואַרג־אויסשטעלונג „פּראָדעקספּאָ־2016‟, וואָס קומט פֿאָר די טעג אין מאָסקווע. די פֿאַרטרעטער פֿונעם דעפּאַרטאַמענט האָבן פֿאָרגעשטעלט כּשרע פּראָדוקטן, וואָס ווערן פּראָדוצירט אין רוסלאַנד, און נעמען אָן אַפּליקאַציעס פֿון פֿירמעס, וועלכע ווילן, אַז זייער פּראָדוקציע זאָל אויך באַקומען אַ סערטיפֿיקאַט פֿון כּשרות. אַנומלט האָט אַזאַ זכות באַקומען די פֿאַבריק „לאַדאָגאַ‟, וואָס פּראָדוצירט בראָנפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.