אַן אַלט ליד, וואָס דערציילט דעם אינהאַלט פֿון עטלעכע בריוו אין דער באַרימטער „פֿאָרווערטס‟־רובריק „אַ בינטעל בריעף‟, איז די וואָך אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף „יו־טוב‟.
דאָס ליד, וואָס איז אָנגעשריבן פֿון לויִ גילראָד און רעקאָרדירט געוואָרן אינעם יאָר 1908, האָט דזשיין פּעפּלער, אַ ספּעציאַליסט פֿון אַלטע ייִדישע לידער, געפֿונען ווי אַ 78־פּלאַטע, אויף eBay. באָב פֿרידמאַן, דער קוראַטאָר פֿונעם „ייִדישן קלאַנג־אַרכיוו‟ אינעם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט, און זײַנע אַסיסטענטן, האָבן עס דיגיטאַליזירט.
דעם טעקסט פֿונעם ליד האָט פּעפּלער נאָך געפֿונען מיט עטלעכע יאָרן צוריק אין אַ זאַמלונג געזאַנגבלעטער, „אַמעריקאַנער ייִדישע פּעני־לידער פֿון מאָריס ראָנד און אַנדערע‟, וואָס געפֿינט זיך אין דער ביבליאָטעק פֿונעם רעפֿאָרמער ראַבינער־סעמינאַר „היברו יוניאָן קאָלעדזש‟.
לויט דער פּלאַטע, האָט דאָס ליד געזונגען מאָריס גאָלדשטיין — אַ נאָמען, וואָס איז פּעפּלער נישט באַקאַנט. „איך האָב גאָרנישט געפֿונען וועגן אים אויף דער אינטערנעץ,‟ האָט זי געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟.
דער זינגער פֿונעם ליד לייענט פֿאָר צוויי בריוו, וואָס די לייענער האָבן געהאַט געשיקט צום אַמאָליקן רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן, בעטנדיק בײַ אים אַן עצה. אין איינעם, באַקלאָגט זיך דער מחבר, אַז ער איז, נעבעך, פֿאַרליבט אין זײַן ווײַבס שוועסטער. אינעם צווייטן בריוו, שרײַבט אַ 40־יאָריקע מויד, אַז זי שפּילט טעאַטער און האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ צווייטן אַקטיאָר, וואָס לויבט איר טאַלאַנט און רופֿט זי „דאַרלינג שאַץ‟, אָבער ווי עס זעט אויס, איז ער נישט אַזוי גרייט ווי זי חתונה צו האָבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.